פארגאנגענעם שבת קודש בא פארטאגס זענען די אידן אין טאהשער שטעטל אין מונטריאל קענעדע דערציטערט געווארן צו זעהן פון דערווייטענס פלאמען פייער צינגן גרייכן גאר הויך אין דער שכינות פון בית המדרש הגדול
אהינלויפענדיג נענטער האט מען געזעהן ווי די בארימטע מהודר'דיגע קרית טאש היימישע בעקעריי וואס שטייט הארט נעבן דעם גרויסן ביהמ"ד פארגייט אין פלאמען און מען קען גארנישט טון מער צו ראטעווען, אן אנלויפעניש פון פייער לעשער האבן אנגעשראקן אז א דערנעבענדיגער גאזאלין טאנק קען אויך עקספלאדירן און האבן דעריבער פארארדענט א באלדיגע עוואקציע פון די דערנעבענדיגע בניני הישיבה און ביהמ"ד הגדול.
ווי ס'ווערט איבער געגעבן ליידער מיט א הארץ ווייטאג אויף אידיש געלט און פרנסות וואס זענען געגאנגען לטמיון איז דער גאנצער בנין ווי אויך א דערנעבענדיגער באזונדערע עקסטענשאן ווי ס'איז געווען די היימישע לאקשן און פארפעל פאבריק, גענצליך אפגעברענט און רואינירט ביזן גרונט.
שאלו שרופה באש!
נשלח ב-17/1/2005 02:46
שבת ברענט די אויבענעס פון די אידישע בעיקערייען? צו מען לעשט עס אויס?
נשלח ב-17/1/2005 04:16
טאהש איז נישט אין מונטריאל
פונקט ווי קרית יואל איז נישט אין ברוקלין
טאהש איז אין שטעטל 30 מייל צפון פון מונטריאל עס הייסט BOISBRIAND QUEBEC
נשלח ב-17/1/2005 04:55
האט די בעקעריי שייכות מיט טאשע' רב הצעיר?????.....
נשלח ב-17/1/2005 05:13
די בעקעריי איז באשטאנען פון עטליכע האלצענע כאדקעס וואס איז מיט יארן ציריק געווען דער כולל וואס איז דעמאלטס געווען אנגעפירט פון טאהשער רבי'ס איידעם היינטיגער ליזענסקער רבי פון מאנסי נאכדעם וואס מען האט אויפגעבויט א פערעמאנטען בנין פארן כולל איז דאס געוארן פארדינגען אלץ א בעקעריי אנגעפירט דורך ר' י.י.ה. שפעטער האט ער פארקויפט די בעקעריי און געהאלטן פאר זיך דע לאקשן און פערפעל חלק פון די ביזנעס און ווי א יאר איז א דורך האבן סיי די בעקריי און סיי דע לאקשן פארבריק צי געשלעפט נאך א טרעלער און נאך א כאדקע און דאס אלעס איז ארויף און פלאמען
נשלח ב-17/1/2005 19:30
יישר כוח פאר אלע וואס האבן געברענגט זייערע אפדעיטס
דא איז מיין UPDATE,
יוחי, ביי אונז ניו יארקער רופט מען דאס טאהש - מאנטרעאל, על שם די נאנטסטע גרויסע שטאט. ביזט גערעכט דאס שטעטל הייסט ... די פראנצויזן זאגן דאס ארויס גאר אנדערש ווי מ'שרייבט דאס, כ'קען דאס נישט נאכזאגן.
די קרית טאהש היימישע בעקעריי איז געווען מיט שטארקע הידורים אין כשרות, אויף א היימישע שטייגער, אונטער די שטרענגע השגחה פון טאשער בית הוראה און וועד הכשרות.
די בעקעריי איז געגרינדעט געווארן דורך הר"ר י.י.ה. אליין א ערליכער פרומער איד, ער האט איינגעשטעלט די אלע חומרות, וואס איז ספעציעל פאסיג פאר די טאהשער חברה דארט וואס זענען זייער הייליג מיט עסן נאר היימיש א.ד.ג..
לעצטענס האט דאס אפגעקויפט פון עם א חשוב'ע אינגערמאן ר' מ.ש.ס. וואס האט אינוועסטירט שווערע געלטער און כוחות אויסצוברייטערן די פראדאקשען און דאך אנהאלטן די הויכע ניווא פון כשרות.
די בעקעריי איז געווען אין אזא טרעילער בילדינג, וואו עס איז אמאל געווען דער כולל אין קרית טאהש, און ר' י.י.ה. האט נאכן פארקויפן צוגעלייגט נאך א טרעילער ווי ער האט פארבריצירט ווייטער נאר זיינע לאקשן און פארפעל, די בעקעריי האט געבאקן ברויט, חלות, קעיק, קוקיס. זייערע פראדוקטן זענען פארקויפט געווארן בעיקר אין טאהש, אביסל איז עקספארטירט געווארן קיין מאנטרעאל
נאך א שטאב פון אינגעלייט פון טאהש און מאנטרעאל האט געארבעט דארט און געצויגן פרנסה פון די בעקעריי און די לאקשן פאבריק.
די בעקערי האט נישט געהאט קיין פייער אינשורענס!
עס זענען ליידער פארבליבן עטליכע יונגעלייט מיט גרויסע משפחות אן א פרנסה חוץ דעם גרויסן געלט שאדן פון די שריפה.
מסתמא וועט מען מאכן א גרויסן געלט אפיעל זיי צו העלפן זיך צוריק שטעלן אויף די פוס אי"ה.
ווער עס וויל אריינשיקן א נדבה קען טרעפן די אדרעס פון די באטרעפענדע און אריינשיקן, ביטע אויפשרייבן "פייער הילף".
זאל מען הערן נאר גוטע בשורות
נשלח ב-17/1/2005 20:17
איך וויל נישט טרעטען אויף יענעם צער, אבער וואס איז פשט אז א פארבריק האט נישט קיין פייער אינשורענס? ווי איז די אחריות?
נשלח ב-17/1/2005 20:32
שיע, וואס הייסט זיך געשפארט עטליכע טויזענט דאלער אין לויף פון אלע יארן??????
איך האלט שוין לאנג אז די רבנים זאלן ארויסקומען מיט א "חוב קדוש" אז יעדער איד מוז האבן
ביז עס וועט נישט ארויס קומען א חרם חמור משום תקנה אז פון דער און דער זמן אהן וועט זיין אסור צו העלפן איינער וואס האט נישט געהאט אינשורענס וועט זיך די זעלבע מעשה איבער חזר'ן נאך און נאך....
ווען א יעדער תלמיד אין חדר וואלט געצאלט נאר $10 יא נאר 10 א יאהר פאר לייף טערם אינשורענס פאר דעם מלמד וואלט דאך א יעדער מלמד פון די היימישע חדרים געהאט פארזיכערט זיין משפחה.
אבער ניין יעדע שטיק צייט לא עלינו ולא עליכם מאכט מען מעכטיגע אפיעלס פאר יתומים מיט די גאנצע באגלייטענדע בושה פאר די קינדער אין אלמנה.
איך אליין האב געהאלפן א משפחה פארטי פאר אזא פאל, אבער קודם כדי נישט צו פארשעמען די ווייב און קינדער (פון דעם מאסיווער קאמפיין פון פלאקאטן וכו') האט מען זיי געשוקט פאר א וואך קיין טאש.
רבותי, יעדער זאל גיין צו זיין רב, אז איצט פאר א טשעינדזש, זאלן זיי נישט אסרן, נאר מחייב זיין יעדן איינעם צו קויפן פייער און טוירם לייף אינשורס
אגב, איך בין נישט קיין אינשורנס אגענט.............
נשלח ב-18/1/2005 01:34
אין פלעטבוש אין געוויסע שולען אין דא א פאנד אין ווען איינער קען זיך נישט ערלויבען קויפט מען אים טערם אינשורענס.
ווייל זיי פארשטייען אז צום סוף קומט דער חשבון צו זיי.
נשלח ב-18/1/2005 01:52
פייער אינשורענס פאר 50 טויזענט דאלער איז באלד דאפעלט - בערך 300 דאלער א יאר, אריינגערעכנט גניבה פון די הויז (אבער נישט אויב מ'האט גע'גנב'עט דיין טלית ותפלין אין ביהמ"ד). אין אפסטעיט ניו יארק איז אביסל ביליגער - בערך 200.
און איך בין זיכער אז פאר א קאמערציאלע בעקעריי קאסט אסאך מער, וויבאלד עס איז א גרעסערע ריסק.
עטליכע וואכן צוריק איז געווען א גרויסע פייער אין מאנסי ל"ע וואו עטליכע געשעפטן האבן אפגעברענט, ובתוכם די באקאנטע "זושא'ס בעקערי". איך מיין אז זיי האבן ב"ה געהאט אינשורענס (והא ראי' עס איז נישט פארגעקומען קיין "שאלי שרופה באש" אקציע!...)
אבער איך בין מודה צו דעם - טוירם לייף און פייער אינשורענס פאר מינינמום 50 אלפים דארף יעדער יחיד פארמאגן, און אויב מעגליך, אויך טוירם אינשורענס פאר די רבי'צין (איך האב נישט דערווייל). מ'קען האבן פאר ווייניגער ווי $400 א יאר טוירם אינשורענס פאר קרוב צו א מיליאן דאלער - און פרויען זענען נאך ביליגער. אגב, איך בין אויך נישט קיין אינשורענס אגענט... (צי געדענקט איר נאך די מעשה וואס איז געשטאנען אין "דער בלאט" עטליכע וואכן צוריק, אונטערן קעפל "ביי מיר האט דאס פאססירט"?)
אגב, איך האב א קשיא. ווער עס האט די שטאטישע פראגראמען ווייסט אז איינע פון די קלאץ קשיות וואס זיי פרעגן איז צי מ'האט לייף אינשורענס. האט איינער א השגה פארוואס זיי ווילן דאס וויסן? מאכט דאס א חילוק אין די סומע וואס מ'באקומט פון זיי?
נשלח ב-18/1/2005 03:34
איך מיין אז זיי פרעגען איבער
FULL LIFE וואס אזוי ווי א SAVINGS עס האט דאך א קעש וואליו
קען מען דאס רעכענען פאר אן ASSET
נשלח ב-18/1/2005 05:58
גראדע שרייבט ר' משה אין א תשובה אז מען איז מחויב צו קויפען לייף אינשורענס מצד השתדלות.
כ'האף אז "מסתמא" נעמסטו נישט די גאנצע פאר דיר,
"מסתמא" גיבסטו עפעס פראצענט פאר די באטראפענע אויך.
נשלח ב-18/1/2005 06:32
If I got it right the deion of the buildings - wooden structures and trailers did not qualify for any insurance coverage.
Now to the issue of everyone having Life Insurance coverage, it is said in the name of the Chazon Ish ZY"A that one should not buy a 'life insurance' policy. The reason is that when Hakob"h wants to punish a person He takes into account all the suffering that will come to all the other people involved, therefore, not assuring your spouse an income in case..., in a way, is more LIFE assurance than life (MONEY) insurance. When asked what about medical insurance, the Chazon Ish replied: medical bills are foretold on Rosh HaShono how much a person should have to spend that year, so by paying the insurance premiums you are actually paying into that amount and it 'decreases' the ACTUAL medical expenses.
ננוּ!! דער אייבירשטער זאל העלפען אז מען זאל נישט ברויכן אנצוקומען צו די אלע זאכן, און מיר זאלן זוכה זיין צו געזונט פרנסה נחת, און צו די גאולה שלימה במהרה בימינו, אמן