תפארת ירושלים: טויזענטער ביי מעמד העשור
נעכטן מוצש"ק האבן פילע טויזענטער אנטייל גענומען ביים מעמד הכנסת ספר תורה אין כינוס העשור פון קהל תפארת ירושלים, וועלכע איז פארגעקומען בראשות גדולי ישראל, ובראשם גאב"ד ירושלים שליט"א.
טויזענטער אידן האבן באגלייט די תורה ברחובות קריה, איבער טויזענט קינדער האבן געטראגן די פאקלעך.
דער מעמד איז געווען א קידוש שם שמים, עד כדי כך אז דער אמריקאנער קאונסיל פון ארץ ישראל האט אנטיילגענומען אינעם מאורע אין האט געלאזט הערן זיין באגייסטערונג.
|
|