בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ג' בשלח - פרשת המן - סגולה לפרנסה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2005 19:36 לינק ישיר 
ג' בשלח - פרשת המן - סגולה לפרנסה

נישט פארגעסן מארגן- ג' בשלח -צו זאגן פרשת המן
כמוקבל פון ר' מענדל מרימאנאוו זצ"ל

http://www.tefillos.com/parshas_hamon.asp

איך קען נישט טרעפן דעם אשכול פון לעצטע יאר אויב איינער טרעפט עס קען ער צולייגן א לינק



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2005 02:42 לינק ישיר 

יגעת מצאת תאמין.

פאר א יאר האט אויך בעל גאוה {נישט כפשוטו} אויך מזכה געווען די גולשים מיטן באקאנטער סגולה.


http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=792526



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2005 18:59 לינק ישיר 

זעט אויס אז היינט אז דא גרויסע טרעפיק איויף דעם סייט, אין מען קען נישט צוקומען.
איינאר קען עס אפשר דא אריינסקענען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2005 22:26 לינק ישיר 

יש"כ פאר אין הכי נמי פארן עס טרעפן און אה"נ איך האב עס פאר א יאר ארויפגעלייגט

הרב עפשטיין איך בין יעצט ארויף אויף זייער סייט און עס ארבעט זייער גוט עס זאגט זיך א מחי'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2005 02:15 לינק ישיר 

צופרי איז עס געווען מער ביזי אבער יעצט איז שוין רואיגער.

חברה כאפט אריין.

עמך ישראל צריכים פרנסה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2005 02:34 לינק ישיר 

נו ווי זענען די ניי-געווארענע עשירים, כ'וויל אן הלואה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2005 02:38 לינק ישיר 

נו ווי זענען די ניי-געווארענע עשירים, כ'וויל אָן הלואה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2005 03:28 לינק ישיר 

משיח,

עס איז א סגולה צו פרנסה, ווער רעדט פון עשירות? מאך נישט חוזק פון סגולות וועלכע זענען מקובל פון גרויסע צדיקים!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2005 03:30 לינק ישיר 

און איך וויל מיך רייצן מיט זיי...

קומטס ארויף אויף הייד-פארק, עשירים! עס מעג אויך נאך פַּאסן אונז צו לאזן גריסן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2005 04:36 לינק ישיר 

משיח השם

מאכסט אפשר חוזק פין די מנהוג ווייל עס שטייט נישט 'ארויס' אין א פסוק בתורה ??
כדרכך נישט צי גלייבן בחז"ל אדער אינזערע רביס בדורת האחרונים??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/1/2005 18:09 לינק ישיר 

משיח
זעהסט נישט דער עולם האט ב"ה פרנסה?!

מען האט אסאך צייט אויף היידפארק מסתמא זיצט מען אויף א געשוואלענע אקאנט אויב נישט גייטס ארבעטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/2/2006 17:32 לינק ישיר 

דבר בעיתו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/2/2006 18:48 לינק ישיר 

ווער ווייסט די מקור פון די מנהג, אויסער פאייע רב?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2006 18:11 לינק ישיר 

ווער זוכט דא א זשאב?

עס איז היינט געווארן זייער ביזי אין הימל, עס איז ארויף געקומען אן א שיעור מיט סגולות, פרשת המן'ס, תפילות,טרערן, און כל מיני בקשות אויף פרנסה. דער אויבערשטער ווערט באצווינגען צו שיקן פרנסה פאר כלל ישראל, הלמאי מ'האט דאך געזאגט פרשת המן. "וואס הייסט דו שיקסט מיר נישט?"

צופיל צייט צו טראכטן איז נישט דא. א קול ווערט אויסגערופן, וואס דונערט אפ אין אלע הימלען: "אלע מלאכים זאלן זיך שנעל צוזאם קומען אינ'ם גרויסן זאל, עס גייט פארקומען א דרינגנדע גענעראל פארזאמלונג, קיינער טאר נישט פעלן!".

ס'טוט זיך לעבעדיג, מלאכים קומען צו פליען פון אלע זייטן, קליינע מלאכים, גרויסע מלאכים, ווייסע, שווארצע, גאנצע, האלבע (די וואס זענען געמאכט געווארן פון די מצוות שלא לשמה), נישט קיין חילוק ווער ער איז, פון וואספארא ראסע ער איז,אויב האט ער דעם נאמען מלאך, דאן געפינט ער זיך יעצט אין דעם זאל.

דער ראש המדברים גייט גלייך  צו צום ענין, ער האלט נישט דעם עולם געשפאנט, נאר מעלד זיי גלייך איין, אז היינט איז דא אסאך ארבעט, און מ'דארף יעדנס הילף. מען דארף סארטירן די פעקלעך פרנסה און אראפ דעליווערן צום עולם אהיים. יעדער איינער באקומט אן אנדערן מאס, לויט וויפיל כוונה ער האט אריין געלייגט, לויט וויפיל תפילות ער האט געשעפשעט, וויפיל טרערן ער האט פארגאסן, וויפיל ער דארף טאקע האבן, וויפיל די ווייב דערקוטשעט אים א.א.וו.

די מלאכים לאזן זיך ארויס צום אוצר הפרנסה, און ס'ווערט אן איבערקערעניש, מ'הייבט אן פאקן, מאכן, טון, די פעקלעך ווערן אויפגעריסן, פרנסה צורינט, אנדערע קומען צוהילף, מ'פרובירט צוריק צו כאפן, ס'ממש א בהלה. רבי מענדעלע רימאנאווער שטייט ביים טויער, און פרובירט צו מאכן ארדענונג, ער פרובירט צו האלטן חשבון אויף יעדן מלאך וואס ער טוט, און אויסשטעלן דעם סדר פון די חלוקה. סוף כל סוף האט ער דאך אנגעדרייט דעם סומאטוכע, איז דאך נישט מער ווי יושר, ער זאל האלטן סדר אין הימל.

אסאך מלאכים לאזן זיך אראפ צו די וועלט אפדעליווערן פעקלעך. געווענטליך די פרי אויפשטייערס, וואס דאווענען נאך מיט תרח'ס מנין, די זענען די לאקי וואנס, דעמאלטס איז נאך גאנץ רואיג, זיי באקומען נאך שיינע פעקלעך, שיין פארפאקט, און דער מלאך שמייכלט נאך ווען ער דראפט עס אראפ.

אזוי ווי אסאך מלאכים זענען אראפ געגאנגען טיילן פרנסה, און די ריקוועסטס האלטן זיך אין איין פארמערן, עס שטראמען בקשות פון אלל אווער די ווארלד, ווערט ממש א געדרענג און א געיעג, מען קען נישט נאכיאגן גענוג די ארבעט, סא זוכט מען צו הייערן נאך פארט טיים מלאכים, נאר פאר'ן סיזען, מיטוואך פרשת בשלח שיקט מען זיי אלע אוועק דארט ווי מען שיקט די מעקסיקאנע גויים נאך פסח. סא ווער עס זוכט א זשאב זאל זיך מעלדן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2006 22:06 לינק ישיר 

יישר כח מנהל פארן עס לייגן אויבן אן לזבות את הרבים

משיח השם זייער שיין אראפגעלייגט
אבער איז עס נישט בגדר ליצנות ח"ו?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2006 00:05 לינק ישיר 

אין א וועלט מיט אזויפיל שוועריגקייטן, ווי ס'דרייען זיך ארום אזויפיל מענטשן מיט דאגות, איז גוט אמאל צו כאפן א לאך.

וה' הטוב יכפר




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ג' בשלח - פרשת המן - סגולה לפרנסה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext