|
|
| נשלח ב-20/1/2005 03:11 |
|
| |
איך בין מוחה אויף דעם וואס מען אטאקירט משיח אז ער איז שוואכער אין אמונה ווי א צוייטער. ביז מען האט נישט קיין באווייז אויף דעם איז עס סתם א ראי' אז די מוחים האבען מורא פין דעם וואס ער שרייבט און פראבירען דאס פארוואסערען דורך אטאקירען, נישט דורך זיך טענה'ן.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2005 05:43 |
|
| |
בארא פארקער
'קערעקטער עסעסינעישאן' טוט מען געווענליך, ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן
אבער דא איז אנדערש
אז מען גייט צו א תגובה, און מען דרוקט אויף דעם גולש'ס נאמען קומט ארויס די לעצטע 100 תגובות,
יעצט הער בארא פארקער, קוק ביי מר מושיאך האשעם, און קום צוריק צו מיר, און זיי מיר מסביר, וויאזוי ער איז נישט מינומום, א ענטוישטער שלימזל, אדער וואס זעהט אויס מער און מער, א פארביטערטער און אנגעפרעסענער מענטש
אנטשולדיגט, איך האב הנאה פון א גוטע קאווערסעישאן, אפילו פון די אהרוני זאלוני פאליטיק, האב איך געגליכן מר. "טלית בייטל" ווייל ער האט גוט גע'ענטפערט, אבער נאר צו דעם זאל
אבער פון די צווייטע זאך, די אלע אויבער חכמה און השקפה זאכן, באלאנגן ענדערש אין "בחדרי חדרים", איך גלייב אז רוב גולשים, ווען זיי זוכן די סארט זאכן גייען זיי אהין, אויב זיי האבן בכלל א מאגן פאר דעם
ווי למשל איצט מיט צדקה, אוודאי קען מען טרעפן, דאס צו א מוסד איז א אנדער סארט צדקה, אבער נישט להלכה, אבער מער פון דעם, די אינטערלאגע פון דעם קומט פון ערגעץ, און פון די 'ערגעץ' רעד איך, דאס איז א לשיטתי' מיט אייגענע האר, וכולי וכולי
דעריבער, בין איך מחולק מיט דיר מר. בארא פארקער, און איך האלט אז אזא פערזאן שלעפט אראפ א גאנצן פורום ווי עס איז שוין געשעהן מיט פילע אנדערע פורמים
יעצט, צוריק צום ענין פון מעשר............
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2005 07:22 |
|
| |
KJ
עס קען זיין אז עס שמעקט דיר נישט משיח ה' דעות, אבער ער ברענגט ארויף אינטערסאנטע נושאים וואס עס איז אינטערסאנט פארן עולם צו דעבאטירען.
געווענליך די וואס זענען באקאנט אין די נושאים האבען הנאה פון אזא דעבאטע, פארשטייט זיך ביז א גרעניץ.
בדרך כלל די וואס זענען נישט באקאנט וויאזוי אפצופרעגען ווערען בייז.
לאז אביסל דעם עולם זיך אויסצוטשוכען אין באקומען א עדוקעשאן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2005 07:41 |
|
| |
אקעי קעי דזשעי צוריק צו מעשר
די שרייבסט
אבער דאס איז בקיצור, די מדריגות אין צדקה
1- צדקה פאר משפחה
2- צדקה פאר א אייגענע מוסד
3 צדקה פאר א יחיד
פין ווי נעמט איר דעם סדר?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2005 07:56 |
|
| |
אמת אז עס שטייט אז פאר די אייגענע משפחה איז דער גרעסטער צדקה, אבער אין געוויסע ראשונים שטייט אז צו בויען א שול אז דער ערשטער חיוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2005 13:37 |
|
| |
איך האב אמאל געפרעגט מיין דיין צי מ'מעג באצאלן מי שברך נדבה פון מעשר, האט ער געזאגט נאר אויב מען האט אינזין געהאט פון פאראויס, ביים קויפן די עלי' אדער ביי מאכן מי שברך, אז די נדבה וויל איך באצאלן פון מעשר.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2005 19:20 |
|
| |
איך האב געפרעגט אויך מקוה געלט א.ד.ג. האט מיר געפסקנט א חשובע דיין אז איך זאל בעטן די משמש זאל מיך לאזן גין אומזיסט און איך וועל איהם געבן דערפאר א נדבה פון די זעלבע סכום....
כאפסט?!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2005 21:07 |
|
| |
בארא פארקער, איך בין אביסל -מער ווי אביסל - פארנומען, וועט מיין תגובה נעמען אביסל לענגער צו שרייבן
אבער בקיצור, דאס איז "מיין" סך הכל, נאך לערנען יו"ד חלק ג' הלכות צדקה, און "אסאך" קוקן אין די תשובה ספרים
איין סיבה, פארוואס א מוסד קומט פאר א יחיד, איז ווייל א יחיד, איז אסאך מאל א פראגע צייכן, צו ער איז א נצרך, און ביי א מוסד, איז דאס זיכער, -קענסט די ווארט מיט די בריסקע, לגבי מתנות לאביונים....- אבער עס ברויך אן אריכות
און מר. איראק, איך בין נישט קיין דיין, אבער אין שו"ע שטייט מפורש, וועגן נדרים און נדבות, און עס איז דא דערביי דריי שיטות, איינס, אז מען מעג געבן די גאנצע, די צווייטע שיטה -דאכט זיך אז דער טו"ז ברענגט אראפ- אז מען מעג נאך געבן די חילוק, דאס הייסט אז אויב איינער האט געצויגן פון למשל 20 דאלער פאר די עלי' האט ער ארויף געצויגן ביז 25 דאלער קען מען נאר רעכענען די 5 דאלער חילוק
אבער דער טו"ז אליין, שרייבט א שיטה, אז "יעדער" וואס ציט ביי אן עלי' איז דאס אין כלל פון א נדר, און ממילא, לגבי מעשר, מעג מען פאר דעם אראפ רעכענן די גאנצע פון מעשר
איך האף מאריך צו זיין אביסל שפעטער
|
|
|
|
|