| נשלח ב-20/1/2005 04:26 |
|
| |
א בודזשעט צום לעבן
ינגערמאן בעהט זיך אזוי ברחמים, און איך האב יעצט א פאר מינוט, מיין חברותא איז נישט אנגעקומען, וויל איך פרובירן אצוהייבן נאך א נארמאלע אשכול.
ס'איז נישט קיין סוד אז זייער אסאך אינגעלייט און מיטל יעריגע לייט מוטשענען זיך אויף פרנסה, דאס לעבן קאסט אסאך, בפרט אז מ'האט קיין עין הרע א שטוב מיט קינדער, וויל איך דא פרעגן
די וואס פירן א מער קאנטראלירטע ווירטשאפט,
האט איר א בודזשעט? א חשבון וואס דאס לעבן קאסט?
למשל:
רענט אדער מארטגעדזש אזויפיל און אזופיל $$_____
עלעקטריק
טעלעפאן
קליידונג
קאר אויב איר האט
און אזוי ווייטער
אדער לעבט איר וויאזוי ס'לאזט זיך, און איר זענט טאקע אין חובות.
ווער ס'האט עפעס קאנסטראקטיוו, פראקטיש איבער די טעמע, ליידן איך איין צו רעאגירן, קאמענטירן, קריטיקירן, אנאליזירן. דער וואס וויל סתם האקן אין טשייניק, בעט איך זיך ערגץ אנדערש ווי צן פארקירן.
נ.ב. ינגערמאן דו נעמסט זיך צופיל צום הארצן, איך פלעג אמאל אויך זיין אזוי, לעצטענס שרייב איך זעלטן, פאר די זעלבע סיבה, ווען יא זאג איך מיר אפ דאס מייניגע, און איך גיי מיר ווייטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2005 04:42 |
|
| |
אהא?!, ביזט שוין מודה ס'קוועטשט יא?!
אספירין איז טאקע גוט פארן הארץ!
נעם שנעל 2 און רוף מיך אינדערפרי
אדער ווי דער דאקטער פלעגט זאגן
"נעם איין און לייג דיך שלאפען"
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2005 07:15 |
|
| |
למשל אז מען האט שוין א נארמאלע פרנסה קען מען אויסרעכענעט וויפיל דאס לעבן קאסט?
אמת שכר לימוד, אינשורענס, מארגעדש- דירה געלט איז מער ווייניגער די זעלבע יעדע חודש.
אבער וואס איז מיט גראסערי, פיש פלייש,ביל'ס, צרכי עמך מרובין,וואקעשאן'ס? קען מען דען דאס אויסרעכענען?
יעצט איז דא א הייצונג ביל פון 500 דאלער, פאר א חודש צוריק צוויי הונדערט.
פארסט אויף וויקעשאן קענסטו אויסרעכענען די הוצאות?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2005 07:25 |
|
| |
און ווער רעדט נאך פון די עלטערע פון צווישן אונז, וועלכע מאכן חתונה יערליך?
אבער מיר דארפן מער נישט האבן די דאגות, מיר האבן דאך געזאגט פרשת המן, נישט אזוי?...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2005 07:25 |
|
| |
דאס בעסטע איז לעבען אויסגערעכענט, דאס הייסט קויפען די ביליגע סארט, נישט ספענדען קיין סך. לאידך גיסא קען אויסגערעכענטקייט ברענגען א חסרון, ווייל א מענטש קען זיך מאכען א פאלשע חשבון אז ער קען ספענדען מער ווייל ער האט דאך, און דערווייל דארף ער דאס האבען פאר necessities.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2005 17:20 |
|
| |
2 מאל א טאג א גלעזעלע "לחיים" העלפט פאר אלעם!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2005 21:26 |
|
| |
קענסט מענטשען וואס לעבען אזוי מסודר?
עס זעט אויס מוראדיג אבער איך מיין אז עס איז נישט ריאליסטיש.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2005 01:33 |
|
| |
אלץ בחור האב איך געהאט בערך א חשבון וויפל ס'קאסט מיר א חודש.
יעצט אלץ חתן ווייס איך שוין אויך וויפל ס'קאסט זיך צו חתונה מאכן בערך .
אלץ יונגערמאן ווייס איך נאכנישט, אבער אלץ רענט, לעקטעריק, טלעפון, קלינער'ס, ווייס איך בערך, ס'איז מנהסתם אביסל מער ווי אלץ בחור.
און אלץ יונגערמאן. גראסערי, ארנונה, לעקטעריק, טעלעפאן, הייצונג, וואסער, ווייבערישע זאכן. וועט מען געוואויר ווערן.
|
|
|
|
|