בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

רבותי אביסל הילף, פליז.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/1/2005 05:31 לינק ישיר 
רבותי אביסל הילף, פליז.


די קיטל: דארף די כלה געבן? אויב יא, ווען?

וואס דארף די חתן געבן פארן כלה די טאג פאר די חתונה? חוץ די קידושן רינגעל. וכן להיפך.

די בלומען געט דער חתן פאר די כלה פאר די חופה, אדער זע שאפט זיך אליין?

באדעקן: ווער באדעקט די כלה? אירע עלטערן, אדער די חתן?

די כלה מוז זיך ארום דרייען מיר 7 מאל? און אויב נישט וואס וועט זיין?

סידור קידושין "מוז" מען געבן פאר א רב? אדער א חשובער איד איז גענוג?

מ'געט א ברכה אונטער די חופה פארן אבי הכלה?

ווי לאנג דארף מען זיין עפ"ה אין ייחוד שטיבל? און פארוואס?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/1/2005 15:55 לינק ישיר 



א גוטן ערב שבת דזשובוי חתן דנן.

ערשטנס, אפשר וואלט געווען כדי זאלסט רעדן מיט א חשובן מורה דרך, בדרך חשאי וצנועה, וועגן אלע קשיות וואס דו האסט צו די חתונה. איך מיין אז פיל פראגעס דארפן געענטפערט ווערן דורך א מומחה וירא שמים מרבים, ויותר ממה שקראתי לפניך כתוב כאן. קנה לך רב, וועסטו האבן בס"ד כל טוב מיט הרחבת הדעת.

קיטל: מנהג אז די כלה גיט עס, נישט דוקא נ"מ ווען, עס זאל נאר זיין גרייט צום יום החופה.

באדעקן: חתן דארפן באדעקן, דאס איז לויט פיל פוסקים א חלק פון די קנין קידושין, נאר ס'איז דער מנהג אז עלטערן לייגן צו א האנט.

ארומדרייען 7 מאל: דאס איז נישט קיין שפיל ח"ו. ביי משפחות וועלכע האבן דאס פארנאכלעסיגט צוליב פראסטיגע קעלט אדער אנדערע סיבות, זענען געקומען רמזים יארן שפעטער, און איינער מגדולי דורינו שליט"א האט געהייסן די פרוי זיך ארומדרייען ארום איר מאן 7 מאל און אלעס איז ב"ה געווארן בסדר.

סידור קדושין: חז"ל זאגן, מי שאינו בקי בטוב גטין וקידושין לא יהא לו עסק עמהם. מאנכע זוכן סתם שיינע אידן, אבער מען דארף א ת"ח וועלכער איז בקי אין עניני חופה וקידושין, און עס האט שוין פאסירט שאלות בעפאר און בשעת די חופה וועלכע פאדערן א גוטן פוסק.

ברכה פאר אבי הכלה: פארוואס דען נישט? איני יודע.

יחוד שטיבל: על זה אמר הפסוק קנה לך רב. דזשובוי, מ'קען נישט אלעס מסביר זיין, רעד מיט א גוטן איד וועמען דו טראסט און וועסט מקבל זיין פון אים הדרכה.

אז יהא בשעה טובה ומוצלחת!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > רבותי אביסל הילף, פליז.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext