די רב מיט זיינע שלעפערס שלאפן שבת שירה
אין ווילי און אזוי אויך אין יעדער רבי'שע הויף נישט קיין חילוק צו א רב רב שיינע איד וכו', צו אין סתם בתי מדשרשים, יעדער האט געפירט די וואך פרייטאג צונאכטס א טיש באטע צוזאמקום, לכבוד דער געהויבענער שבת שירה.
אין ווילי אליין איז די וואך כמעט אויף יעדע גאס געווען א באטע, פאפא רבי, צעהלים רב, ווינער רב, קיווישאד רב, שאץ רבי, הרב לאבין חרדים רב, ספינקא ר' בעריש, ספינקא ר' אביש, קראלע, וויזניץ בני ברק, וויזניץ מאנסי, לימנוב, סטראזניץ, אדווארי, קליוולאנד, קאפיש מאנטיוואדע, גלאנטא, טאהש, כוונת הלב, באבוב, סקולען וכו'.
די אהרונים האבן געמאכט א ריזיגע באטע בראשות הגה"צ ר' מנחם מענדל טייטלבוים שליט"א אינעם היכל הביהמ"ד המפואר אויף 13 הופער סט. עס זענען צוזאמגעקומען קרוב צו 500 אידן און געזינגען אינאיינעם די שירה צום בורא כל עולמים.
אבער אין ראדני איז די וואך געווען טויט שטיל, נישט געווען קיין שירה, קיין באטע, זאלי איז געגאנגען שלאפען, און זיינע נאכשלעפערס זענען אויך געגאנגען שלאפען.
דאס קומט נאכדעם וואס זאלי האט אויפגעהערט צו פירן באטעס ווייל עס ברענגט אים בזיונות, זיינע מענטשען קומען נישט, און די טישן און בענק זענען געווען ליידיג, און יעדער איז געווען ביזי מיט די בזיונות דערפון, האט זאלי אפגעמאכט אז ער פירט מער נישט מער קיין באטעס פרייטאג צונאכטס.
פאר יאר איז דער קרית יואל רב שליט"א געווען אויף שבת שירה אין ווילי, דעמאלס האט זאלי געמאכט א באטע און געהאנגען צעטלעך אין די גאנצע שטאט, אנגעפילט דער איד מיט מודעות אז יעדער מוז קומען זינגען די שירה אינאיינעם אין ראדני, אויף די הייליגע פלאץ וואס רביה"ק זי"ע פלעגט טאנצען די שירה, און עס האט זיך אויסגעלאזט מיט 30 מענטשען.
אבער היי יאר אזוי ווי קרית יואל רב שליט"א איז נישט געעוען אין ווילי, איז דאס הייליג פלאץ געווען פארלאשן די לעקטערס, און די זאלי איז געשלאפן א מחי'.
 |
|
|