| נשלח ב-23/1/2005 11:13 |
|
| |
נייע געקרוינטע חברי בד"ץ
איך האב געהערט אז און לעצטן פרייטיג האט דער גאב"ד מיט חברי הבד"ץ שליט"א געקרוינט הגאוה"צ ר' מנדל יוראוויטש (אליטווישע בריסקער וואס האט אשייכות צו תולדות אהרן), ר' נפתלי פרענקל (רב חוג חת"ס, אדושינסקינער) און הגה"צ ר' יהושע ראזענבערגער (רב קרית רמ"א בית שמש, אמחותן פון רז"ל ט"ב) צו משמש זיין אלס חברי הבד"ץ.
סאיז א געוואלדיגע כח פאר דושינסקי, ווייל הרב אולמאן איז אויך אדושינסקינער, און הרב יוראוויטש איז אמגיד שיעור און דושינסקיא.
אוף הרב ראזענבערגער איך האב אמאל געהערט אז מיט פריוואטע מענטשן רעדט ער ווי אאהרוני.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2005 16:23 |
|
| |
מזל טוב מזל טוב!
וואס גייט מען יעצט אסר'ן? עס איז שוין היינט גארנישט מותר, נישט רובאשקין פלייש, נישט סעל. פאן, נישט קאמפיאטער און נישט קיין האט-ליין!
אפשר גייט מען אסר'ן "מוסטשער-קארב" אין ארץ ישראל!!! איך מיין אז דארט איז עס נאך "ביזדערווייל" מותר!
ווי אזוי זאגט מען ביים דאווענען: ו נ ז כ ה ו נ ח י ה ו נ ר א ה!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2005 17:39 |
|
| |
קענסט געבן אביסל מער פרטים אויף די נייע חברים?
ר' יהושע ראזענבערג איז לכאורה פאר אונז באקאנט ווייל ער איז א היימישער
הרב יוראוויטש איז משפחה מיט הרב יאראוויטש וויטפסקער רבי וואס איז לעצטענט אוועק?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2005 18:38 |
|
| |
דאכט מיר אז ער איז א ברודער זיינע.
איך הער אז ס'איז נאכנישט באשלאסן און דערווייל רופטמען זיי "ממלאי מקום", ווייל די דיינים געבן זיך נישט קיין עצה מיט די פולע ד"ת.
|
|
|
|
|