איך זעה דערווייל נישט קיין שום פארשריט דא.
די בילדער האבן ערגעץ פארבלאנזשעט. קיין אויסצוגן פון דרשות זענען בכלל נישט בנמצא...
ואני אנא אני בא ???
לאמיר איבערגעבן עטוואס פון מיין אינפארמאציע, אויב עפעס איז נישט ריכטיג ביטע אויסבעסערן.
* ביים קבלת פנים איז געווען בערך 150 סאטמארער אידן פון ירושלים (בחורים אריינגערעכנט), די איבריגע, געסט און צושויער.
* אלע חברי הבד"ץ זענען געווען, חוץ דער ראש בית דין.
* די אדמורי"ם פון משכנות הרועים, ועוד
* ביים ברית איז אנפאנג געווען ליידיג, שפעטער ווען די געשעפטן האבן זיך פארמאכט איז פול געווארן, דער ס"ה איז עפעס מער ווי 300 מענטשן (גאר א גרויסער טייל פון די "גאס") אריינגערעכנט די בחורים.
* ער האט\וועט באזוכן די מוסדות סאטמאר, רמ"א, תולדות אהרן, דושינסקיא, תולדות אברהם יצחק ?, תפארת ירושלים ?, ועוד
* מיטוואך פארט ער אויף די מקומות הקדושים מיט זיינע ירושלימ'ער בחורים און אלע געסט.
* דאנערשטאג קומט א פרישער שיפמענט געסט ספעציעל באשטעלט פאר יעקב שמשון
* פרייטיג וועלן די גאסן ווערן פארפלייצט מיט מעלדונגען צו קומען צום גרויסן שאטער (וואס איז אגב נישט גרעסער ווי די שוהל), און מ'האפט אז אונזער חשובער מנהל וועט אונז האלטן אזוי גוט "אפדעיטעט" אזויווי ביז אהער
* אין בני ברק האט ער ארויסגעדונגען דעם "התמר" זאל און די געסט פון ירושלים\ארה"ב צוזאמען מיט די זיבן כולל יונגעלייט פון זיין כולל וועלן אים פריש מקבל פנים זיין, אינאיינעם מיט א גרויסן דינער פאר דעם כולל
* די סקעדזשול פון דרשות איז דערווייל נישט געווען צו באקומען, אבער מ'קען שוין פון פאראויס צורעכענען צו יעדע דרשה ארום דריי מינוט...
 |
|
|