ווי זענן זיי פארשוואנדן?
איך האב נישט געוואלט עפענען א אשכול דערפאר, איך האב אבער נישט געוויסט ווי עס צו לייגן.
די לעצטע פאר טעג הערט מען נישט פון די זלונים, ווי געזעגענען, חורינער, איחוד מעמבער וכו'.
מ' האט אונז איבערגעלאזט נאר מיט'ן פראפעסער על הנסים, טוב לכל?.
אפשר האט מען זיי געשיקט קיין א"י צו באשרייבן די "געהויבענע" מאמענטן, דאן פארוואס האט מען נישט געשיקט על הנסים? ער איז דאך דער בעסטער שרייבער.
ווער עס ווייסט עפעס אינפארמאציע זאל מקיים זיין השבת אבידה.
אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומא וכו'
אדער אפשר האבן זיי תשובה געטון, און זיי נוצן שוין נישט דעם אינטערנעט, אויב אזוי איז אשרי חלקם.
|
|