אגב, פון פראקטיק קען איך זאגן קלאר אז די בעסטע איז צו קויפן ביי א היימישן סוחר.
אויסער די מצות עשה דאורייתא פון וחי אחיך עמך, וואס בדרך כלל זענען זיי נישט טייערער פון אלע אנדערע סטאר'ס. האט א היימישער איד מער הארץ און געפיל צו העלפן ביי א פראבלעם.
ביי א גוי קען מען אסאך מאל מיאוס אריינפאלן, ובדידי הוה עובדא (אי. בעי.), און איך האב שוין געהערט פון פילע אנדערע (ווי א חכם לאחר המעשה) וואס זענען אריינגעפאלן.
נשלח ב-28/1/2005 20:18
זאלי איז גערעכט איז אויף איבעי אין ביי א גוי לוינט זיך נישט צו קויפען.
בנוגע וחי אחיך עמך איז גוט צו זאגען ווען מען קויפט א קאומפיוטער פארן שטיב אין עס וועט זיין צובראכען אפאר טאג איז נישט געפערליך, אבער אז מען דארף עס אין געשעפט אין יעדער מינוט איז הפסד מרובה דארף מען קויפען ביי איינעם וואס איז גענוג גרויס צו פאררעכטן פראבלעמען געשווינג.
כנלענ"ד
נשלח ב-28/1/2005 20:43
ער ריפט מיר אן מיט טענות, היתכן איך האב געשריבען .com אנשטאט .net
אזויפיל קען איך דיר זאגן אז אסאך וועלן שרייען "אדרבה, איפכא מסתברא", אבער די חברה האבן די סארט קאמפיוטער נאך קיינמאל נישט פראבירט, ממילא ווייסן זיי נישט וואס זיי רעדן.
גוד לאק.
יוסעלע
נשלח ב-1/2/2005 04:14
וואו צו קויפן א קאמפיוטער איז שוין אן אלטע שווערע קשיא. אויב פאלגסטו יאסעלע און גייסט מיט א "מעק", איז נישט דא צופיל שאלות, אבער פילייכט וועסטו קויפן א PC ווי רוב האבן היינט, איז דארפסטו קוקן די פאלגענדע זאכן.
DELL איז זייער א גוטע קאמפאני. דאס וואס איינער שרייבט פריער אז קיינער קען זיך מיט זיי נישט פארמעסטן ווען עס קומט אן עת צרה, איז שוין נישט אזוי אמת היינט צו טאג ווען זייער סערוויס איז געווארן געטרענספערט קיין אינדיע (אוטסאורסינג בלע"ז) ווי פילע אנדערע קאמפאניס טוען כדי צו שפארן די גרויסע קאסטן פון אמעריקאנער יונגען צו ענטפערן טעלעפאנען. אבער דאך זענען זיי RELIABLE און גאנץ ביליג.
אבער פונדעסטוועגן דאך זענען זיי נישט קיין דבר השלם. למשל HP אדער COMPAQ האבן שענערע דעזיינס (אויב עס אינטרעסירט דיר), און זיי האבן אריינגעבויעטע "מעמארי קארד רידער" וואס איז זייער וויכטיג אויב דו האסט א דיזשיטעל קעמערע אדער פאלם פיילאט וכדו' וואס קומט מיט א מעמארי קארטל. DELL האט נאך נישט דערווייל אזעלכע זאכן. און הגם מ'קען צוקויפן אזעלכע "קארד רידערס" פאר בערך 20-25 דאלער (קאנעקטעד דורך א USB פארט), איז עס נישט קיין פארגלייך צו די באקוועמליכקייט פון אן אריינגעבויעטן סיסטעם.
אזוי אויך האט HP בערך 3 USB פארטס אין פארנט פון קאמפיוטער אויף א באקוועמען ארט (נישט ווי DELL וואס האט 2 שטיקלעך גאנץ אונטן פון קאמפיוטער וואס איז גאר שווער אויב דו האלטסט דעם PC אויף דער ערד). און אויך פארשידענע AUDIO PORTS האט HP פון פארנט וואס מאכט פיל גרינגער דעם באנוץ פונעם קאמפיוטער.
פרייזן זענען זיי בערך די זעלבע (COMPAQ איז א טראפ ביליגער), און סערוויס איז DELL אביסל בעסער.
אויב דו נעמסט WINDOWS XP (וואס קומט מיט יעדע נייע קאמפיוטער ממילא) נעם XP PROFFESIONAL, וואס איז מער סטעבל ווי XP HOME, און עס איז אויך בעסער פאר אידיש (פאקט איז אז מער אידישע אותיות ארבעטן אויף XP PROFFESIONAL, בפרט אויב מ'נוצט עס מיט WORD 2003).
ס'איז זיכער אויב דו קענסט גיין דורך א איד וואס וועט דיר געבן סערוויס (איך ווייס פון עטליכע אזעלכע היימישע אין וומסב"ג און אין מאנסי) איז "וחי אחיך עמך", און גיי צו זיי. אויב האסטו שוין געהאט קאפ ווייטאג אדער דו ווילסט דוקא גיין דורך די אינטערנעט (צב"ש ווייל דו ווילסט דוקא נוצן דיין קרעדיט קארד, וכדו') זענען די 2 קאמפעניס גאנץ גוט.
פון SONY שטיי ווייט, זיי זענען זייער טייער. GATEWAY איז אויך נישט שלעכט אבער אביסל טייערער ווי די אנדערע.
איך ווייס נישט וואס דו רעדסט וועגן א לעפטאפ, אבער היינטיגע לעפטאפס זענען כמעט גארנישט צוריקגעשטאנען פון דעסקטאפס.
למשל איך האב א לעפטאפ (אויף וואס איך טייפ דא - היידפארק) און איז גאר שנעל. מיין הארד דרייוו איז א 60 גיג וואס לויפט 7200 RPM - אקוראט די זעלבע שנעלקייט ווי א דעסקטאפ הארד דרייוו. קיין שום חילוק נישט.
וואס איז יא א שטיקל חילוק איז די "באס" ספיד פון די פראסעסאר CPU, וואס וועט זיך בקרוב ענדיגן ווייל אינטעל גייט ארויסגעבן א נייע טשיפ פאר לעפטאפס וואס גייט לויפן אויף א שנעלערן ספיד (כ'בין נישט זיכער אבער כ'מיין אויף 533 MHZ) וואס איז כמעט אזוי שנעל ווי די דעסקטאפס. כאטש די דעסקטאפס לויפן שוין היינט אויף 800 MHZ. אויך וועט די נייע טשיפ זיין זייער גוט צו האלטן לאנג א באטערי פון א לעפטאפ, נאך פיל בעסער ווי די ביז-איצטיגע "סענטרינא" טשיפס.
אזוי אויך די SDRAM לויפט נאך נישט אזוי שנעל ווי א דעסקטאפ, אבער א נארמאלער מענטש וועט נישט זעהן קיין שום חילוק אין די שנעלקייט פון די מעמארי אדער CPU.
איין זאך וועל איך יא מודה זיין מיט שנעלקייט פון הארד-דרייווס, אז די נייע טעכנאלאגיע פון SATA הארד דרייווס איז נאך נישט פארהאן אין לעפטאפס, אבער וועט מסתמא שוין זיין בקרוב, און זיכער ביים סוף פון יאר 2005.
אפילו די נייע PCI EXPRESS טעכנאלאגיע זענען שוין פאראן אויף לעפטאפס (וואס איז גאר שנעל פאר די גרעפיקס/ווידיא קארד).
CD רייטערס איז נאך נישט דא אזעלכע שנעלע אויף לעפטאפ, אבער DVD רייטערס יא. א DVD רייטער איז דערווייל זייער טייער אויף לעפטאפס (בערך $200) אבער אז מ'נעמט א שנעלע DVD רייטער באקומט מען אויטאמאטיש אויך מיט א שענלערע CD רייטער.
עכ"פ פאר רוב פון אונזער עולם וואס וויל א לעפטאפ, זאל וויסן אז מ'קען רואיג באקומען גוטע שנעלע לעפטאפס, כמעט אזוי גוט ווי א דעסקטאפ.