בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

נייע קאמפיוטער, ווי לוינט צו קויפן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/1/2005 23:12 לינק ישיר 
נייע קאמפיוטער, ווי לוינט צו קויפן

דעלל, איי בי עם, דירעקט, דעפארטמענטס סטאר, אי בעי
היימישע עלעקטראניקס סטאר, בי ענד עיטש, דזשעי ענד אר,

ווי לוינט צו קויפן א נייע קאמפיוטער?

וואס איז היינט א טאפ אוו די ליין מאשין,
וואס פעלט אויס צו נאכקוקן פאר מען קויפט?
מעמארי, הארד דרייוו ספעיס, פראסעסאר, ווי גרויס וויפיל?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2005 23:57 לינק ישיר 

איך וויל אויך וויסן, איך האב געקויפט א לעפטאפ, מיט א פענטיום 4 3.06 GHZ פראסעסאר, אבער מיין קאמפיוטער ארבעט נאך אלץ נישט גענוג שנעל.

פארוואס ???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2005 00:22 לינק ישיר 

איך וואלט געזאגט נאר דעל

קיינער קען נישט קאמפיטען מיט זייער סערוויס ווען עס מאכט זיך א עת צרה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2005 02:15 לינק ישיר 

אבער עס קאסט מיט א פינף הונדערט דאלער טייערער די זעלבע מאשין, ווי וען די קויפסט דאס פארטיג רעדי מעיד
נישט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/1/2005 03:19 לינק ישיר 

DELL איז טטייערער פון אנדערע? לא ידעתי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/1/2005 04:53 לינק ישיר 

net on demand in monsey, best service in town,
www.netondemand.com

for more info contect me?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/1/2005 06:02 לינק ישיר 

איך האב יעצט באקומען אויף פאסט א דעל קאטאלאג, אין איך האב געזען פרייזען אונגעפאנגען פון 3.99$

איך פינעף הונדערט דאלער מער קען עס זיכער נישט זיין, אין בכלל זעט עס מיר נישט אויס טייערער פון די אנדערע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2005 07:59 לינק ישיר 

דעלל איד גוט.
זאלי
א לעפטאפ ארבעט נישט שנעל יהיה מה שיהיה, ווייל די הארד דרייו פין א לעפ טאפ איז שטאטער פין א גרויסע קומפיוטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2005 08:11 לינק ישיר 

איז דא צו דעם א עצה ???

א שטארקערע סאפטוועיר, א שנעלערע פראסעסאר, וכדו' ???

אגב, פון פראקטיק קען איך זאגן קלאר אז די בעסטע איז צו קויפן ביי א היימישן סוחר.
אויסער די מצות עשה דאורייתא פון וחי אחיך עמך, וואס בדרך כלל זענען זיי נישט טייערער פון אלע אנדערע סטאר'ס. האט א היימישער איד מער הארץ און געפיל צו העלפן ביי א פראבלעם.

ביי א גוי קען מען אסאך מאל מיאוס אריינפאלן, ובדידי הוה עובדא (אי. בעי.), און איך האב שוין געהערט פון פילע אנדערע (ווי א חכם לאחר המעשה) וואס זענען אריינגעפאלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2005 20:18 לינק ישיר 

זאלי איז גערעכט איז אויף איבעי אין ביי א גוי לוינט זיך נישט צו קויפען.

בנוגע וחי אחיך עמך איז גוט צו זאגען ווען מען קויפט א קאומפיוטער פארן שטיב אין עס וועט זיין צובראכען אפאר טאג איז נישט געפערליך, אבער אז מען דארף עס אין געשעפט אין יעדער מינוט איז הפסד מרובה דארף מען קויפען ביי איינעם וואס איז גענוג גרויס צו פאררעכטן פראבלעמען געשווינג.

כנלענ"ד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2005 20:43 לינק ישיר 

ער ריפט מיר אן מיט טענות, היתכן איך האב געשריבען .com אנשטאט .net

נישט קיין שכויח אדער וואס!!?? נו זאל זיין אזוי,

א גיט שבת יוס'קה, אזוי איז גיט??

www.netondemand.net

845-425-3200

THE BEST SERVICE IN MONSEY AND BROOKLYN



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/1/2005 21:14 לינק ישיר 

פארשטייט זיך די בעסטע קאמפיוטער מיט די ווייניגסטע קאפווייטאג וועסטו "נאר" טרעפן פון אט די קאמפאני.
http://store.apple.com/1-800-MY-APPLE/WebObjects/AppleStore

אזויפיל קען איך דיר זאגן אז אסאך וועלן שרייען "אדרבה, איפכא מסתברא", אבער די חברה האבן די סארט קאמפיוטער נאך קיינמאל נישט פראבירט, ממילא ווייסן זיי נישט וואס זיי רעדן.

גוד לאק.

יוסעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2005 04:14 לינק ישיר 

וואו צו קויפן א קאמפיוטער איז שוין אן אלטע שווערע קשיא. אויב פאלגסטו יאסעלע און גייסט מיט א "מעק", איז נישט דא צופיל שאלות, אבער פילייכט וועסטו קויפן א PC ווי רוב האבן היינט, איז דארפסטו קוקן די פאלגענדע זאכן.

DELL איז זייער א גוטע קאמפאני. דאס וואס איינער שרייבט פריער אז קיינער קען זיך מיט זיי נישט פארמעסטן ווען עס קומט אן עת צרה, איז שוין נישט אזוי אמת היינט צו טאג ווען זייער סערוויס איז געווארן געטרענספערט קיין אינדיע (אוטסאורסינג בלע"ז) ווי פילע אנדערע קאמפאניס טוען כדי צו שפארן די גרויסע קאסטן פון אמעריקאנער יונגען צו ענטפערן טעלעפאנען. אבער דאך זענען זיי RELIABLE און גאנץ ביליג.

אבער פונדעסטוועגן דאך זענען זיי נישט קיין דבר השלם. למשל HP אדער COMPAQ האבן שענערע דעזיינס (אויב עס אינטרעסירט דיר), און זיי האבן אריינגעבויעטע "מעמארי קארד רידער" וואס איז זייער וויכטיג אויב דו האסט א דיזשיטעל קעמערע אדער פאלם פיילאט וכדו' וואס קומט מיט א מעמארי קארטל. DELL האט נאך נישט דערווייל אזעלכע זאכן. און הגם מ'קען צוקויפן אזעלכע "קארד רידערס" פאר בערך 20-25 דאלער (קאנעקטעד דורך א USB פארט), איז עס נישט קיין פארגלייך צו די באקוועמליכקייט פון אן אריינגעבויעטן סיסטעם.

אזוי אויך האט HP בערך 3 USB פארטס אין פארנט פון קאמפיוטער אויף א באקוועמען ארט (נישט ווי DELL וואס האט 2 שטיקלעך גאנץ אונטן פון קאמפיוטער וואס איז גאר שווער אויב דו האלטסט דעם PC אויף דער ערד). און אויך פארשידענע AUDIO PORTS האט HP פון פארנט וואס מאכט פיל גרינגער דעם באנוץ פונעם קאמפיוטער.

פרייזן זענען זיי בערך די זעלבע (COMPAQ איז א טראפ ביליגער), און סערוויס איז DELL אביסל בעסער.

אויב דו נעמסט WINDOWS XP (וואס קומט מיט יעדע נייע קאמפיוטער ממילא) נעם XP PROFFESIONAL, וואס איז מער סטעבל ווי XP HOME, און עס איז אויך בעסער פאר אידיש (פאקט איז אז מער אידישע אותיות ארבעטן אויף XP PROFFESIONAL, בפרט אויב מ'נוצט עס מיט WORD 2003).

ס'איז זיכער אויב דו קענסט גיין דורך א איד וואס וועט דיר געבן סערוויס (איך ווייס פון עטליכע אזעלכע היימישע אין וומסב"ג און אין מאנסי) איז "וחי אחיך עמך", און גיי צו זיי. אויב האסטו שוין געהאט קאפ ווייטאג אדער דו ווילסט דוקא גיין דורך די אינטערנעט (צב"ש ווייל דו ווילסט דוקא נוצן דיין קרעדיט קארד, וכדו') זענען די 2 קאמפעניס גאנץ גוט.

פון SONY שטיי ווייט, זיי זענען זייער טייער. GATEWAY איז אויך נישט שלעכט אבער אביסל טייערער ווי די אנדערע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2005 04:21 לינק ישיר 

וואס איז היינט א טאפ-אף-די-ליין מאשין?

- Pentium 4 - 3.6 GHz
- איין גיג רעם (מעמארי)
- מינימום 160 גיג הארד-דרייוו
- א גוטע גרעפיקס קארד מיט 64 מעג מעמארי מינימום (פאר געימס אדער ווידיאו עדיטינג)
- אויב האסטו ליב מוזיק נעם א סאונד-קארד מיט לכה"פ 2.1 ספיקערס (ד.ה. 2 מיט א סאבוואפער)

פאר סיי וועלכע שאלה בפרטיות קענסטו מיר פרעגן אין אישית. איך האב שוין אסאך קאמפיוטערס געקויפט פאר פארשידענע מענטשן, און איך האב שוין אביסל עקספיריענס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2005 04:28 לינק ישיר 

וואו קען איך טשעקן מיין קאמפיוטער וואספארא רעם ס'האט וכדו' ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2005 04:30 לינק ישיר 

בארא פארקער,

איך ווייס נישט וואס דו רעדסט וועגן א לעפטאפ, אבער היינטיגע לעפטאפס זענען כמעט גארנישט צוריקגעשטאנען פון דעסקטאפס.

למשל איך האב א לעפטאפ (אויף וואס איך טייפ דא - היידפארק) און איז גאר שנעל. מיין הארד דרייוו איז א 60 גיג וואס לויפט 7200 RPM - אקוראט די זעלבע שנעלקייט ווי א דעסקטאפ הארד דרייוו. קיין שום חילוק נישט.

וואס איז יא א שטיקל חילוק איז די "באס" ספיד פון די פראסעסאר CPU, וואס וועט זיך בקרוב ענדיגן ווייל אינטעל גייט ארויסגעבן א נייע טשיפ פאר לעפטאפס וואס גייט לויפן אויף א שנעלערן ספיד (כ'בין נישט זיכער אבער כ'מיין אויף 533 MHZ) וואס איז כמעט אזוי שנעל ווי די דעסקטאפס. כאטש די דעסקטאפס לויפן שוין היינט אויף 800 MHZ. אויך וועט די נייע טשיפ זיין זייער גוט צו האלטן לאנג א באטערי פון א לעפטאפ, נאך פיל בעסער ווי די ביז-איצטיגע "סענטרינא" טשיפס.

אזוי אויך די SDRAM לויפט נאך נישט אזוי שנעל ווי א דעסקטאפ, אבער א נארמאלער מענטש וועט נישט זעהן קיין שום חילוק אין די שנעלקייט פון די מעמארי אדער CPU.

איין זאך וועל איך יא מודה זיין מיט שנעלקייט פון הארד-דרייווס, אז די נייע טעכנאלאגיע פון SATA הארד דרייווס איז נאך נישט פארהאן אין לעפטאפס, אבער וועט מסתמא שוין זיין בקרוב, און זיכער ביים סוף פון יאר 2005.

אפילו די נייע PCI EXPRESS טעכנאלאגיע זענען שוין פאראן אויף לעפטאפס (וואס איז גאר שנעל פאר די גרעפיקס/ווידיא קארד).

CD רייטערס איז נאך נישט דא אזעלכע שנעלע אויף לעפטאפ, אבער DVD רייטערס יא. א DVD רייטער איז דערווייל זייער טייער אויף לעפטאפס (בערך $200) אבער אז מ'נעמט א שנעלע DVD רייטער באקומט מען אויטאמאטיש אויך מיט א שענלערע CD רייטער.

עכ"פ פאר רוב פון אונזער עולם וואס וויל א לעפטאפ, זאל וויסן אז מ'קען רואיג באקומען גוטע שנעלע לעפטאפס, כמעט אזוי גוט ווי א דעסקטאפ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > נייע קאמפיוטער, ווי לוינט צו קויפן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext