הרב בארא פארקער
בכל הכבוד הראוי, וויל איך מעיר זיין אויף דיינע חשוב'ע ווערטער.
א - לייקענען אין א אידישע אמונה איז אפיקורס'ס
'די אידישע אמונה' איז נאר דא איינס. עס איז נישטא אפאר אמונות - ווי עס איז משמע פון דיינע ווערטער א אידישע אמונה - און גלייבן דארף מען נאר אין דעם. איינער וואס גלייבט נישט אין א זאך וואס שטייט אין קדמונים וכדו', וואס האט נישט א מקור אין חז"ל, ווערט נישט קיין אפיקורס.
אן אפיקורס איז איינער וואס גלייבט נישט אין בורא, אדער ווי אונזערע חכמים לערנען אונז, איינער וואס איז מבזה א תלמיד חכם.
ב - אלי' הנביא קומט צו איעדע אידישע סדר, דאס איז אן אמונה וואס ווערט געברענגט אין קדמונים.
דער ענין צו אליהו הנביא קומט צום סדר אדער נישט, ווערט טאקע געברענגט, אבער עס איז נישט אנגענומען ביי אלע גדולים. עס איז דא אסאך גדולי ישראל, קדמונים, וואס האבן נישט געהאלטן דערפון. כ'געדענק נישט יעצט פונקטליך די נעמען פון זיי, און פונקטליך די פרטי הדברים. פסח צייט האב איך עס דורכגעטוהן, אז כ'על האבן צייט וועל איך עס אויפקוקן, און דיר מעתיק זיין.
ג - אז די גלייבסט נישט אז ער טרינקט פין די וויין ווייל א מלאך איז רוחני נישט א גשמי וואלט איך אנגענומען. מיר זעהט אבער אויס אז די גלייבסט נישט ווייל די גלייבסט נישט בכלל אין קיין מלאכים.
טייערער איד, עס טוט מיר וויי אז דאס פאלגנדע מוז איך פרעגן פון דיר - הרב בארא פארקער - דו פלעגסט דאך נישט זיין אזוי, וואס איז מיט דיר געשעהן?
ווי אין מיינע ווערטער קוקט דיר אויס אז איך גלייב נישט אין קיין מלאכים? איך בין עומד ומשתומם, כ'האב איבערגעליינט מיינע ווערטער אפאר מאל, און כ'קען נישט קומען צו די מסקנה אז איך גלייב נישט אין מלאכים.
ד - אז ער קומט צו א ברית גלייבסט די יא? דאס שטייט כמה פעמים אין זוהר.
קודם כל, וואס האט דאס שייכות צו דאס אויבנדערמאנטע. שנית דער זיידע ר' מרדכי'לע (נדבורנא'ר) האט געהאלטן אז ער קומט נישט צו יעדן ברית, נאר צו געוויסע יחידי סגולה. איז ער געווען אן אפיקורס?
כללו של דבר - דער עולם שאצט נישט גענוג שטארק דער חומר הענין פון אפיקורסות, ממילא נוצט מען דאס זייער גרינג. עס איז א האקעלע זאך, און מ'קען נישט אזוי שנעל מחליט זיין, ווער איז אן אפיקורס און ווער נישט.
אינטערעסאנט אז אויף א מבזה תלמידי חכמים שטייט קלאר אין די גמרא, אז אזא איינער איז אן אפיקורס. און מענטשן זענען מבזה תלמידי חכמים אין גרויסן, ואין פוצה פה ומצפצף. משא"כ אויב טוט ער עפעס וואס 'דיין רעבע' האלט אנדערש, אדער ער גלייבט נישט אין עפעס וואס דו גלייבסט, איז ער שוין א כופר, אן אפיקורס וכו'.
דער עיקר פון אלע זאכן איז, נישט קיין חילוק וואס מ'גלייבט, און וויאזוי מ'גלייבט. אזוי לאנג ווי מ'פארלאנגט נישט פון יענעם ער זאל האלטן אווי דו. אזוי לאנג ווי מ'טעראריזירט נישט אנדערע פאר דיין גלויבונג. מהיכי תיתי. אויב מאכט דערפון אבער אן עיקר, און מ'מאכט דערפון א מציאות, ווי ביסטו פארזיכערט, אז ווען דיין קינד וועט אויפוואקסן, און זעהן אז ס'איז נישט פונקטליך אזוי, ער וועט אפילו זעהן ספרים פון גדולי ישראל וואס האלטן אנדערש, און דאן וועט ער דיך שוין נישט טראסטן מיט אלע אנדערע זאכן וואס דו האסט איהם מחנך געווען. אפילו וואס ער זעהט נישט אנדערש אין די ספרים.
פארשטייט זיך, אז איך רעד דא פון זאכן וואס זענען נישט מבואר אין חז"ל, נאר געדאנקן וואס זענען שפעטער נתחדש געווארן. וואס בכלל ביי די זאכן, זענען רוב פון זיי תלוי אין חילוקי דעות פון גדולי ישראל. ממילא מאכט נישט דערפון קיין עיקר. יעדער זאל זיך גלייבן אין זאכן וואס זענען איהם מעורר צו ווערן נענטער צו גאט. און זאכן וואס מאכן איהם געשמאק דאס אידישקייט.
און טאקע ביי דעם אויבנדערמאנטן ענין, איז על פי רוב איינגעפירט, אז עלטערן געבן א שטיפ דעם טיש, עס זאל זיך אביסל אראפגיסן, און מ'זאגט פאר די קינדער אז אליהו הנביא טרינקט איצט. אדער איז דא אזעלכע ווי מ'לאזט דעם כוס פיל, און דעם קומענדיגן אינדערפרי טרעפט מען דעם כוס ליידיג, און דער טאטע זאגט אז איבערנאכט האט אליהו הנביא דאס אויסגעטרינקען.
ס'האט מיר א איד דערציילט, אז איינמאל אלס קינד, איז ער אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט - פסח - און האט געזעהן ווי זיין טאטע גיסט צוריק דעם כוס של אליהו אין באטל אריין. ער האט געמיינט אז ער חלש'ט, ווייל ער האט ערנסט געגלייבט אז אליהו טרינקט עס אויס. און זייט דעמאלטס האט ער מער נישט געטראסט זיין טאטן.
תוקן על ידי - משיח_השם - 02/02/2005 18:12:53
 |
|
|