| נשלח ב-2/2/2005 02:18 |
|
| |
פאר קאלא ליבהאבערס
איך האב לעצטנס באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, און כ'האב עס געוואלט אנפרעגן אנדערע.
איך בין א גרויסער קאלא ליבהאבער, איך טרינק זייער אסאך קאלא. נאר איין פראבלעם וואס קאלא ברענגט מיר, אז עס מאכט מיר דעם מאגן ברענען זייער שנעל. [אבער דאס איז נישט גענוג סיבה, מיך צו מונע זיין פון קאלא].
איך טרינק אסאך 'קאוק'. און פאר א נויט צומאל אויך 'מים חיים'. מיין עקספיריענס מיט די צוויי איז געווען אזוי: ביי 'מים חיים' האט מיין מאגן אנגעהויבן צו ברענען תיכף ווי די סאדא האט צוגערירט די מאגן-ווענטלעך. ווידער ביי 'קאוק' האט עס אנגעהויבן צו ברענען בערך א מינוט נאכ'ן טרינקען. צוליב דעם האב איך 'פריפערד' קאוק איבער מים חיים.
'פעפסי' פלעג איך קיינמאל נישט צו קויפן, ווייל כ'האב נישט ליב די גרעפיק פון זייער לאגא. [און דאס איז ביי מיר א גרויסער עיקר].
למעשה איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו זיין אין א געשעפט, ווי כ'האב געוואלט קויפן א 'קאוק', אבער זיי האבן נישט געהאט, נאר 'פעפסי'. נו במקום שאין איש איז הערינג אויך א פיש. האב איך געקויפט 'פעפסי'. און כדרכי, ווי איך בין געווען צוגעוואוינט, האב איך געווארט אויף דעם מאגן ברענעריי, איך ווארט און איך ווארט, אבער ווי צו להכעיס, ער רוקט זיך נישט אן.
האב איך געקלערט, אז אפשר דאס מאל איז פונקט מיין מאגן נישט געווען אזוי עמפינדליך. אבער דאך האט דאס מעורר געווען מיין נייגער. בין איך דאס קומענדיגע מאל, דירעקט געגאנגען קויפן 'פעפסי'. און אודך, איז געשעהן די זעלבע מעשה, מיין מאגן האט נישט געברענט דערפון. האב איך געטראכט, אז אפשר איז מיין מאגן שוין נישט אזוי סענסיטיוו, האב איך געקויפט נאך א 'קאוק'. און וואס מיינט איר? דער בחור איז צוריק געקומען, ער ברענט ווייטער. האב איך דאך שוין געזעהן אז יש דברים בגוי, דער 'פעפסי' זאגט עפעס. האב איך עס פרובירט כמה פעמים, און כ'האב פעסטגעשטעלט, אז אזוי ארבעט עס ביי מיר, 'קאוק' און 'מים חיים' יא, און 'פעפסי' נישט!
ממילא בין איך געקומען צו די החלטה, אז ס'לוינט צו מוותר זיין אויף שיינע גרעפיק, אויב קען מען הנאה האבן פון קאלא, און פון א רואיגן מאגן.
למעשה וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן אנדערע עקספיריענסעס אין דעם ענין.
נ.ב. אויב האט איר געעפנט דעם אשכול, און דער ענין האט אייך פאראינטעריסירט ווי די פאריעריגע שניי, און איר האט א שטייטע קאנעקשאן, און איר שעלט יעדעס מאל איר עפנט א נישט אינטערעסאנטן אשכול. דאן איים סאאאאאארי 
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2005 02:22 |
|
| |
צוויי נקודות מוסיף צו זיין:
א] 'באר מים' קאלא, איז קיין קאלא נישט, צוליב דעם טרינק איך דאס נישט, און כ'האב נישט גערעדט דערפון. (גארנישט פערזענליך כלפי 'באר מים').
ב] אויב זעהט איר איינעם אויף די גאס מיט א 'פעפסי' אין די האנט, שרייט נישט משיח, ווייל מ'וועט אייך אנקוקן פאר א משוגענער.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2005 02:24 |
|
| |
איך האב נישט ליב קיין קאלע ממילא קען איך נישט זאגען קיין דעה אין דעם, אבער צווישען די שורות זע איך אז איר לייט אסאך פון מאגען ברענען, אין איך וויס אז עס איז זייער שווער.
זאלסט איר וויסען אז עס איז דא אויף דעם רפואות, איך וואלט אייך מציע געווען צו גיין מאכען א colonoscopy כדי דער דאקטאר זאל זען ווי דער פראבלעם איז, אין געבן אייך דעם ריכטיגער מעדעצין.
יעצט צוריק צום ארגענעלער נושא.
תוקן על ידי - shia550 - 02/02/2005 2:26:51
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2005 02:29 |
|
| |
איצטער דערוויסען מיר זיך פארוואָשע עס נעמט שוין א צוויי טויזענט יאר פאר משיח'ס קומען... ער איז פארנימען מיט קאלא.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2005 03:15 |
|
| |
דאס איז שוין פאר אונז באוואוסט יארן
זייט די עדה החרדית האט געגעבן א הכשר אויף פעפסי
אז פעפסי ברענט נישט
און קאוק פון הרב לאנדא ברענט יא
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2005 07:13 |
|
| |
איך זאג אז די זאלסט ווייטער מוותר זיין אויף פעפסי וועגען דעם לאגא, אז די האסט געקענט טרינקען יארען מים חיים וועגען א לאגא מיז זיין אז עס שטערט אייך זייער שטארק.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2005 07:20 |
|
| |
על פי בקשת מורי ורבי שליט"א וועל איך דיר ענטפערן, און ווי דער רבי האט זיך אויסגעדריקט: ס'זאל דיר ליכטיג ווערן.
אין אלעם אמת, טרינק איך נאר 'קאוק'. נאר בשעת הדחק, ווען כ'האב נישט קיין 'קאוק', איז דאך פשט אז 'פעפסי' איז אויך נישטא, ווי למשל ביי סאסי'ן אין די רעסטוראנט. האב איך בלית ברירה געמוזט קויפן 'מים חיים'. עד כאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2005 15:07 |
|
| |
זייט פעפסי האט ג'הייערט ספיערס פאר זייער קמערשאלס גרוילט מיר זייער געטראנקען, זאל עס דרוקען אויפען מאגן אבי דאס יודישע הארץ ברענט נישט, ווער ווייסט אויב עס עס נישט מעשה שטן, ער וויל דאס דערמאנען משיחען, אין טאקע יעצט אין די שובבים,
A pached a shrek!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2005 16:59 |
|
| |
try diet coke with lime
ס'האט א גוטען טעם אהן די קאלאריעס!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2005 17:22 |
|
| |
וואס איז דאס ספיערס?
איך טרינק קאוק ווייל זיי האבען אן ou, פעפסי האט נישט. פארוואס זאל מען טרינקען פעפסי אויב עס האט נישט קיין שום הכשר? און בפרט אז מען קען טרינקען קאוק?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2005 17:35 |
|
| |
הרב צבי
דייעט, ווי גוט עס זאל נישט זיין, איז עס נאך אלץ נישט גוט. ביי אונז פלעגט מען זאגן:
calories free
sugar free
taste free
הרב בארא פארקער
פעפסי האט א כ K.
בנוגע וואס מ'האט דא גערעדט וועגן דעם ספיערס. איז מיר א שטיקל חידוש, איך טרינק טאקע דעם 'פעפסי' אבער כ'ווייס נישט צו זאגן פון זייערע קאמערשלס. איך קוק עס נישט, און כ'ווייס נישט דערוועגן. ווידעראום איינער וואס קוקט זייערע קאמערשלס, און ווייסט דערפון, ווייסט פונקטליך ווער עס שפילט דערויף. און איינער וואס ווייסט וועגן דעם ספיערס, און מן הסתם קוקט דערויף. אזא איינער קומט מעורר זיין וועגן אידישע הערצער, מעשה שטן, ימי השובבים.
אתמהה...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2005 18:34 |
|
| |
קאק אז מער פאפולער ווייל פעפסי איז מער זיס אין די חששות וועגען גיצארין האט די קאמפאני גיזאגט אז אין קלעסיק לייגען זיי נישט, מסיח לפי תומו
ויש לי אשכול ישן "איז קאקא קאלא כשר" ואין אני מוצאו
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2005 01:52 |
|
| |
משיח טייערער
איידעלער מעטש וואס די ביזט
האסט א זעהר עמפינדלעך קישקע
אין זעהר עמפינדליכע אויגען אויף גרעפיקס
בין איך דיר מייעץ זאלסט טרעפן איינע פון די יידען וואס הייסען אויפ'ן לעצטן נאמן "פעלבערבוים" אין פרעג אים די היסטאריע פון "מים חיים"
אויב די האסט אויך איין עמפינדליכע נשמה
וועט עס דיר ברענען מעהר ווי אין די איצטומכא
תוקן על ידי - baachi - 03/02/2005 1:56:36
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2005 02:04 |
|
| |
נו, וואס שרייבסטו אין חידות, זאג שוין, וואס איז די מעשה?
|
|
|
|
|