| נשלח ב-3/2/2005 19:35 |
|
| |
חזקה נאך דריי יאר וואס ער איז נישט מוחה איז נישט דא אין דער אמעריקאנער געזעץ?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2005 20:34 |
|
| |
דאכצעכמיר אז 'חזקה פון דריי יאר נישט מוחה זיין' איז נאר אויף א קרקע, וואס יעדער ווייסט וועמעס דאס איז. און דער מענטש וועט זיכער באמערקן אז א צווייטער דרייט זיך דארט. (כ'האב שוין לאנג נישט געלערנט די גמרא, ממילא קען זיין אז כ'בין מיך טועה).
משא"כ דא, טענה'ט דאך דער מענטש, אז ער האט אפילו נישט געזעהן דעם בילד, ווייל ער קויפט קיינמאל נישט קיין קאפי, ער מאכט אליינס קאפי פון באנדלעך - ווארשיינליך איז ער א פרומער.
וואס איז אבער יא אינטערעסאנט איז, אז זיינע שכנים, און באקאנטע, קויפן דאך יא טעסטערס טשויס. וואלטן זיי דאך זיכער איהם געדארפט אמאל קאמענטן דערויף. ווייס עך נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/2/2005 01:49 |
|
| |
בכלל אין הלכה איז נישט פארהאנן א רעכט צו אן אן אייגענע בילד
אדער בכלל 'copyright'
און ווי באלד עס איז קוים דא רעכטען פאר מדפיסים האבען די דרוקערד געמוזט זיך ווענדען צו די רבנים מסכימים אז זיי זאלען שעלטען די וואס וועלן דרוקען דעם ספר לפני עשר שנים וכו' וכו' והדברים עתיקים.
"וכל הפורץ גדר ינשכנו נחש, לטותא דרבנן שאין לא רפואה"
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 00:27 |
|
| |
יוסי
אנטשולדיגט אבער דער חתם סופר דער שואל ומשיב רבי עקיבא אייגער דער אגרות משה האלט אנדערש פון דיר.
עס איז יא זכויות יוצרים COPYRIGHT אין הלכה, אין אוודאי ביי ספרים.
די אלע חרמות אויף אפאר יאר זענען נאר אויף קלאסישע ספרים וואס קיינער האט נישט קיין רעכט אויף דעם, אין כדי ער זאל נישט שאדען האבען האט מען געמאכט א חרם חמור, אבער א ספר וואס איז דיינס בירושה איז אוודאי דא אזא זאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 00:39 |
|
| |
איינער ווייסט אפשר ווען דער "אגרות משה" איז געבוירן ???
איך האב אלץ געמיינט אז ער האט נאך געלעבט אין אונזערע צייטן, דערווייל זעה איך "חתם סופר, שואל ומשיב, ר' עקיבא אייגער" און "אגרות משה" ???
מילא דער חת"ס, ער איז דאך געווען פרא-טיילונג...
אבער דער שואל ומשיב איז דאך לכתחילה נישט געווען אזוי שטארק פארן טיילונג ???
ווער רעדט נאך פון רעק"א, ער איז דאך געווען א גאנצער "לאטוואק"...
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 06:27 |
|
| |
לויט ווי איך דענק איז דא א תשובה אין נודע ביהודה וואס האלט אז חידושי תורה זענען נישט אין די רשות פין די מחבר.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 06:28 |
|
| |
זאלי
איך בעט דיר,
הייב נישט אן מיט די שוכני עפר, זיי וועלען מאכען פין דיר א גל של עצמות.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 06:36 |
|
| |
דער גרעסטער בזיון פאר גדולי ישראל, איז דאס מישן דעם טשאלנט טאפ וויאזוי עס גלוסט זיך !!!
אביי, אגרות משה, אבי עזרי, רבא, רמב"ם, רא"ש, וכו' וכו', איז שוין כמעט נישט קיין ליצנות !!!
ווער רעדט נאך ווען מען מישט אריין די היינטיגע "קלים וריקים" (כ'ווארט קוים אויף א פסק פון מצגר...).
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 06:44 |
|
| |
לויט ווי יעך הער איז ראביי אנטי-מציצה-בפה טענדלער א חתן ביים אגרת משה
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 06:48 |
|
| |
אבער מיטן עירוב לאזט ער מן הסתם נישט טראגן.......

|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 06:48 |
|
| |
אויף טעיפס און סידיס (מוזיק אדער בר אילן אדער ווינדאוס) איז דא ?copyright
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 07:45 |
|
| |
רב טענדלער האט געהאלטען אז ער קען מער פון שווער.
איך האב הנאה אז זאליוועקי איז נאך ממשיך די פארצייטישע סאטמארער דרכים, כמאז ומקדם פון קראלע.
אגרות משה גארנישט - קומט אים פאני קאלס
רבי עקיבה אייגר - א ליטוואק- אין פוזנא
חתם סופר - געמאכט דעם טיילונג- נאך זיין פטירה.
WORLDWAR ר משה פיינשטיין שרייבט אין די תשובות אז יא, אבער באלד וועט זאליוועקי אפפרעגען זיין תשובה.
תוקן על ידי - ליכטיג - 07/02/2005 7:50:35
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 17:20 |
|
| |
אז מען ווייסט נישט אז מען קען נישט, אז מען ווייסט נישט אז מען קען נישט, נעמט מען זיך נישט אונטער (X 2)...
YOU GOT ME WRONG.
רעק"א האבן די ליטוואקעס פראסט "געהיידזשעקט", ער האט מסתמא ניטאמאל געזען דאס לאנד.
וועגן דעם טיילונג אדער קראלע לאמיר רעדן אין אן אנדערן אשכול (ס'האט גאנץ קנאפ שייכות מיט קאווע אדער בילדער).
די איבריגע זאכן איז כדאי אז זאלסט מיר נישט פרעגן ברבים...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 18:12 |
|
| |
ר' ליכטיג אויב אזוי פארוואס איז די גאס "פארפלייצט" מיט אלע מיני קאפיס?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2005 23:10 |
|
| |
באראפארקער
איך מיין אז די ביסט זיך טועה, עס איז נישט דא אזא נודע ביהודה, די מיינסט מסתם דעם נצי"ב און אנדערע וואס שרייבען אז א מחבר האט נישט קיין רעכט אויף זיין חידושי תורה {מה אני בחינם אף אתה בחינם} אבער די רעכט פון זיין ארבעט אין די פאפיר האט ער זיכער..
חוץ פון דעם וואס אלע פוסקים זענען מודה אז דינא דמלכותא און מנהג המדינה איז זיכער דא.
WORLDWIDE
וואס פאר א סארט קאפיס איז דער גאס פארפלייצט? פארשטייט זיך אז יעדער האט רעכט צו דרוקען א רמב"ם רשב"א שלחן ערוך אדער א אנדערער ספר וואס האט נישט קיין בעלים.
אבער א ספר ווי למשל דברי חיים, האט מען געפאסקענט אז סתם א מענטש האט נישט קיין רעכט צו דרוקען ווייל עס געהערט פאר באבוב
|
|
|
|
|