צופעליג קען איך גאנץ פון דער נאנט, די וועלט ווייסט נישט, אבער ער איז א געוואלדיגער גאון בכל מקצועות התורה, ער איז מבהיל'דיג אין דרוש, תשובות ספרים, און אויך א הוגה דעות, ער האט א שיטה אין אידישקייט, ער האט אויך א שוואכקייט צו די רבי'ס פון היינטיגן דור, ער האלט אז זיי האבן שוואך געמאכט דעם כבוד פון תורה, און אז דער כבוד פון א רבי'ן - אפילו א תינוק בן יומו - שטייט העכער ביים חסידישן עולם ווי א יונגערמאן וואס הארעוועט אויף תורה, אדער א מורה הוראה - א פאקט וואס איז ליידער אמת, עס איז שוין אזוי אנגענומען פראסט און פשוט, א רבי מוז נישט קענען לערנען... נו, מיט וואס איז ער א רבי? קענסט אים רופן מנהיג, פיהרער, משפיע, אבער רבי? טאקע געווען בי'ס וואס געווען רבי'ס, למשל סאטמאר רב, האט געלערנט זיין עולם א מהלך אין אידישקייט, כאטש רוב וועלט האט עס נישט אנגענומען, אבער דאס מיינט א רבי, אזוי אויך תו"א רבי זצ"ל, אבער רוב רבי'ס זענען נאר כמו רבי, דאס איז זיין מיינונג.
איך גיי נישט יעצט אריין צי ער איז בעצם יא אדער נישט ווערט, אבער קבל את האמת ממי שאמרה, און אויב נישט אינגאנצן, למיחש מיהא בעי
|
|