בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פעטש - שבת משפטים ראדני באריכט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/2/2005 01:19 לינק ישיר 
פעטש - שבת משפטים ראדני באריכט



ווי יעדע וואך איז די וואך נישט געווען אנדערש אין סאטמאר ראדני פעטש און גלעזערס איז געפלויגען שבת.


פרייטאג צונאכטס


איז געווען זייער א קליינער עולם ביים דאווענען, אבער עס איז געווען 15 גארדס אין שול וואס די זאליס האבן געדינגען, און פאליס זענען געשטאנען גרייט אין פראנט.


קיין באטע איז נישט געווען אזוי ווי יעדע וואך, ווייל דער עולם קומט נישט, טראץ די שווערע ארבעט וואס מען פלעגט אריינלייגען אז דער עולם זאל קומען, קומען נישט נאר א מנין משוגעים, און זאלי איז געגאנגען שלאפן זיך אויסצורוהען...


שבת צופרי


איז געוען אביסעל מער מענשטען אבער עס איז נישט געווען קיין ערנסטע רייבערייען.


שלש סעודות


האט אן אלטער בחור א זאלי ע. אנגעהויבען צו שלאגען א יונגערמאן אן אהרוני, ווייל ער איז געשטאנען מיט א גרופ אהרונים קעגן זאליס פנים, אין געלאכט ווי זאלי מאכט זיך משוגע און פארגלייזט זיך די אויגן אן די ברילען, ע. איז צוגעלאפען צו אים און אים אראפגעכאפט די גלעזער, עס איז געווארן קולי קולות, זאלי איז געווארן אויס פארגלייזט, דער יונגערמאן איז ארויף געטאנצען אויפען זאלי בחור און אים אנגעהאקט די ביינער.


די פאליס איז געקומען אריינצולויפען און ער האט גערופען בעק אפ, זיי זענען אריינגלאפן אין שול, זיי האבן געוואלט ארעסטירען ע. ער האט נישט געהאט קיין ברירה נאך די פעטש וואס ער האט געכאפט האט ער צוריק געגבען די גלעזער.


די פאליס איז ארויס האבן זיך די יונגעלייט גערייצט מיט דעם אלטן בחור און געמאכט גרודער, איז ער צו געלפאן צו אן אנדערען יונגערמאן און אוועק געכאפט די גלעזער די יונגעלייט זענען ארויף געטאנצען אויף אים און אנגעבראכען די ביידנער און אוועק גענומען די גלעזער פון אים.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2005 01:26 לינק ישיר 

זיי דארפן ערליכער בעטן "לבר נטלין, ולָא עלין, הנך כלבין דחציפין"!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2005 17:12 לינק ישיר 

איך זע שוין אז דער שבת אין בארא פארק איז עפעס נישט געלונגען.

אדער מעגליך אז דער געהויבענער באזוך אין ארץ ישראל שטייט זיי נאך פאר די אהרונים ווי א ביין אין האלז.

דאס אזי זיכער אז א דאנק כ"ק חורינער'ס באזוך אין ב"פ האט מען די וואך נישט געזען קיין אהרוני פאר די אויגן אין ראדני!

אזא לעכטיגן שבת האט מען שוין לאנג נישט געהאט.

עס איז געווען שטיל ביי אלע 3 תפילות, ביי קריאת התורה, און ווער רעדט נאך ביי די געהויבענע שלש סעודת וואו הונדערטער אידן זענען געזעסן בצוותא חדא בראשות הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר שליט"א וומס"ב.

נו א וואונדער אז זיי קענען דאס נישט אראפשלונגען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2005 17:45 לינק ישיר 

געזעגענען, שפילסט נישט גוט די געים, האסט פארגעסן אז אין ראדני איז אלס רואיג, לעכטיג און שיין, יא שבת התוועדות נישט שבת התוועדות, האסט פשוט פארגעסן אז זייט שמיני עצרת ווען מ'האט ארויסגעווארפן די אהרונים, איז יעדע שבת, ראדני פון די רואיגסטע בתי מדרשים אין וומ"ס.

פון דיינע ווערטער קען זיך דער עולם טועה זיין אז ווען סיז נישט דא קיין שבת התוועדות איז נישט רואיג אין לעכטיג, ח"ו!

פליז! געב נישט קיין שטאף פאר די אהרונים!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2005 06:37 לינק ישיר 

וואספארא עם הארצות האט ער געזאגט ביי שלש סעודות?

פרייטאג צונאכטס הער איך האט ער נישט געזאגט קיין איין ווארט עם הארצות...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פעטש - שבת משפטים ראדני באריכט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext