דא וועט מען קענען אנפרעגן אלע שאלות וויאזוי צו נוצן היידפארק, און די חשוב'ע גולשים וועלן ענטפערן און ארויסהעלפן א צווייטן איד.
נשלח ב-8/2/2005 02:12
שאלה: איך האב אפגעשריבן א לאנגע ארטיקל און געדרוקט "שלח הודעה" (אדער "שלח תגובה"), אבער איך זע נישט מיין הודעה (אדער תגובה).
אויך קען איך אסאך מאל אפשרייבן א לאנגע הודעה, אבער צום סוף דרוק איך בטעות אויפ'ן נישט ריכטיגן פלאץ, און די גאנצע הודעה ווערט פארלוירן.
תשובה: ס'קען זיך מאכן פון צייט צו צייט אז דאס זאל געשען. וועגן דעם דארף מען אלעמאל געדענקען ווען מען שרייבט עפעס. פאר מען דרוקט עני זאך, 1) דריקטס קודם קאנטראל A און 2) נאכדעם דרוקטס קאנטראל C.
אזוי ווערט די גאנצע הודעה געסעיווט, אז אויב ס'ווערט פארלוירן דארף מען נישט מער ווי עפענען נאכאמאל א פעידזש פון "שלח הודעה חדשה" אדער "שלח תגובה" און דרוקן קאנטראל V און אלעס קאפיט זיך אריבער צו די נייע פעידזש.
אויך איז גוט אז אינמיטן שרייבן זאל מען כסדר דרוקן קאנטראל A און קאנטראל C, אז אויב עפעס געשענט זאל מען נישט פארלירן די הודעה.
נ.ב. אויב מעגליך איז בעסער אז מען שרייבט די הודעה אויף א WORD פעידזש און נאכדעם דרוקט מען קאנטראל A און קאנטראל C און מען קאפיט עס אריין אין היידפארק דורך קאנטראל V.
נשלח ב-10/2/2005 00:51
שאלה איך וויל ארויספרינטן א דאקומענט וואס איז געווען אויף היידפארק, אבער די פעידזש פרינט זיך נישט ארויס געהעריג.
תשובה דרוקטס מצורף קובץ אויבן אויף די רעכטע זייט פון די תגובה. אזוי וועט זיך די דאקומענט עפענען אין אן עקסטערע פעידזש, און אזוי איז גרינגער עס ארויסצופרינטן.
אדער קען מען סעיוון די פיקטשער אויפ'ן דעסקטאפ (דורך דריקן RIGHT CLICK און נאכדעם SAVE AS) און אזוי ארויספרינטן.
נשלח ב-23/2/2005 03:09
שאלה: איך בין מגיה מיין תגובה מער ווי איין מאל, אבער יעדעס מאל וואס איך בין עס מגיה קומט ארויף א פרישע מעסעדזש: תוקן ע"י וכו', און די תגובה ווערט פיל מיט אזעלכע מעסעדזשעס. וויאזוי מאך איך אז ס'זאל זיך נישט אויפשרייבן אזויפיל מאל תוקן ע"י?
תשובה: אויב דו האסט שוין איינמאל מגיה געווען דיין תגובה און דו ווילסט נאכאמאל מגיה זיין דיין תגובה, פארגעס נישט אויסצומעקן די ווערטער "תוקן ע"י" פאר דו דרוקסט נאכאמאל שלח תגובה. דאס זעלבע זאלסטו טאן ווען דו ווילסט מגיה זיין א דריטע מאל און א פערטע מאל דיין תגובה. מעק אלעמאל אויס די ווערטער תוקן ע"י. אזוי וועלן די ווערטער "תוקן ע"י" איבערבלייבן נאר איין מאל.
נשלח ב-4/3/2005 01:57
שאלה: ס'דויערט א יאר מיט א מיטוואך צו עפענען א פעידזש אויף היידפארק, וואס טו איך דערצו?
תשובה: ס'איז דא צייטן אינמיטן טאג וואס די פארום ארבעט זייער שוואך, ווייל אין ארץ ישראל איז דעמאלץ די Peak Hours ווען זייער אסאך מענטשן זענען אויף די וועבסייט.
די פארום ארבעט בעיקר שטאַט אין די ערשטע העלפט פונעם טאג ווען אין ארץ ישראל איז דעמאלטס די נאכמיטאג און ביינאכט שעות, אבער וואס שפעטער ס'ווערט אין טאג אלס בעסער פאנגט דער פארום אן צו ארבעטן און ביינאכט ארבעט עס שוין גאנץ שנעל.
נאך צוועלף ארבעט דער פארום שנעל, אז ס'איז א נחת, פאר א שיין ביסל צייט, אבער פארשטייט זיך אז פאר רוב עולם איז עס נישט אינטערעסאנט ווייל רוב עולם שלאפט.
עניוועי, אין די צייטן וואס היידפארק ארבעט שטאַט איז גוט אז מען עפנט אלע אשכולות וואס מען וויל אפליינען אין אן עקסטערע ווינדאו, און ערשט נאכדעם נעמט מען זיך צו ליינען די אשכולות.
נשלח ב-4/3/2005 02:00
שאלה: וויאזוי עפנט מען טאקע אויף אשכולות אין אן עקסטערע ווינדאו?
תשובה: די גרינגסטע וועג איז אז מען האלט אן Shift און מען דרוקט די לינקע מייז באטאן.
אן אנדערע וועג איז אז מען דרוקט די רעכטע מייז באטאן און נאכדעם דרוקט מען Open in New Window.
נשלח ב-10/3/2005 08:17
וויאזוי ATTACH איך א LINK ווען איך שיק א תגובה אין מען זאל עס קענען עפענען אינעם אשכול
נשלח ב-10/3/2005 08:22
דו גייסט צו די אדרעס פון די וועב פעידזש וואס דו ווילסט שיקן. געסט א קליק דערויף מיט'ן לינקן מייז באטאן. די גאנצע זאך ווערט שווארץ, דרוקסט קאנטראל C
נאכדעם גייסטו צו די תגובה און דו דרוקסט קאנטראל V
די גאנצע לינק קאפיט זיך אריין אהין און דו דארפסט נישט מער טאן ווי דרוקן "שלח תגובה" און די לינק איז אויף היידפארק.
ברוך בער, דו קענסט עס טון פון וויפיל אפענע ווינדאוס דו ווילסט נאר.
נשלח ב-23/3/2005 02:32
חיים פנחס:
זייער פשוט.
מען דרוקט "בראוז" ביי קובץ תמונה און מען גייט צו די פלאץ וואו די פיקטשער ליגט און מען גיט א דאבל-קליק אויף די פיקטשער.
נאכדעם דרוקט מען שלח תגובה און די פיקטשער קומט אן.
נישט פארגעסן: 1) די פיקטשער טאר נישט זיין מער ווי 100 KB
(און ביי די וואס נוצן היידפארק מסורת טאר עס נישט זיין מער ווי 90 KB.)
2) ס'מוז שטיין עפעס אין די הודעה פאר מען לייגט דרוקט שלח תגובה, א פינטעלע איז גענוג.
נשלח ב-14/4/2005 09:57
ווי אזוי לייג איך אריבער מיין פורום צו הייד פארק מסורת
נשלח ב-15/4/2005 20:18
איך האב דיר געענטפערט אין תיבה אישית
נשלח ב-26/7/2005 00:36
כמה שאני משתדל לשלוח תגובות לפורומים מיוחדים, למשל ל'חדשות אנ"ש בארה"ב' וכדומה, זה אינו הולך ותמיד אני מגיע לתיבה אישית. בבקשה להדריך אותי האיך להגיע ישיר להפורום שאני גולש. תודה.
נשלח ב-27/7/2005 06:36
איך פארשטיי נישט דעם פראבלעם, אפשר ערקלערסטו מער קלארער.
ווען דו דרוקסט שלח תגובה אויף אן אשכול, וועט די תגובה נאר אנקומען צו יענע אשכול (געווענליך)