בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ברעיקינג ניוס; תו"א אהרן רבי שבת אין ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/2/2005 06:13 לינק ישיר 
ברעיקינג ניוס; תו"א אהרן רבי שבת אין ק"י

עס איז איצט באקאנט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועט אי"ה דעם שבת יא זיין אין קרית יואל, טראץ אלע שטערונגען פון כ"ק חורינער - דער זשיגאן-חזן - און זיינע ארומיגע.

עס האט זיך אנגעהויבן ווען די ראשי תו"א האבן גערופן בעטן רשות, וועלנדיג זיין ארענטליך. אבער לישע הורוויץ האט געענטפערט ניין. איר האט זיך צוגעשטעלט צו די שונאים קענט איר נישט קומען.

עס האט במשך די לעצטע טעג געהייסן אז דער רבי וועט טאקע נישט קומען אויף שבת נאר אויף עטליכע טעג אינדערוואכן.

היינט ביינאכט איז געפאלן די החלטה אז מען קומט יא אויף שבת.

מעןגייט אויפשטעלן א ריזיגן טענט נעבן ביהמ"ד תו"א, וואו עס וועלן געפראוועט ווערן די געהויבענע תפילות און טישן, צו וועלכן עס ווערן ערווארטעט א שטראם פון הונדערטער אידן תושבי ק"י.

דער רבי וועט האבן די אכסני' אום שבת ביי הרה"ח ר' שמואל צבי אייזענבערג נ"י, און אינדערוואכן ביי הרבני הנגיד החסיד ר' מענדל שוויממער הי"ו ראה"ק דקהל ויואל משה ומנהל מוסדות ויוא"מ.

אויך וועט זונטאג נאכמיטאג פארקומען א הכנסת ס"ת צום תו"א ביהמ"ד, און דערנאך וועט פארקומען א סעודה של מצוה אינאיינעם מיט'ן דינער פאר די מוסדות אין שאפינג סענטער.

פאלגט נאך מער פרטים.

ישמח לב מבקשי השם1



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2005 06:26 לינק ישיר 

לויט די הערליכע מעשה דא...

קוקט אויס אז די שאפינג סענטער האט ער אויך גענומען אן רשות!

אדער געהערט עס גאר פאר מעיאר מענדל שווימער...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2005 16:57 לינק ישיר 

"א ריזיגן טענט לעבן די תולדות אהרן שוהל"

וועמען ווילסטו דאס פארקויפן ???
וואו ???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2005 17:15 לינק ישיר 

װער געט ארײן דעם ספר תורה?

און פארװאס איז נישט די מסיבה אויך אין דעם געצעלט (טענט בלע''ז)?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2005 18:34 לינק ישיר 

KJ Fireman שרייבט אין אן אנדערן אשכול:

צהלי ורוני יושבת קרית יואל!

דער שבת אין קרית יואל איז געווען א קידוש שם שמים, קרית יואל האט זיך דערלעבט א זכי' אז הונדערטער אידן זענען זיך צוזאמענגעקומען מיטצוהאלטן בצוותא חדא צוזאמען מיט דעם גאון וצדיק הכהן הגדול מאחיו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.

דער שבת איז אריבער העכער אלע ערוואטונגען, סיי די תפילות סיי די טישן פון פרייטאג צו נאכטס און שלש סעודות, ווער רעדט נאך די גרויסע סכומים וואס זענען צוגעזאגט געווארן שבת צופרי ביי קריאת התורה, אלעס איז געווען אויפן שענסטן און בעסטן אופן.

אשריך קרית יואל! אשריך תולדות אהרן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2005 01:58 לינק ישיר 

איך האב געהערט פון איינעם אז דער תולדות אהרן רבי שליט"א האט זיך אריינגעכאפט צו קרית יואל'ער רב אינדערהיים ערב שבת נאך די מקוה, נאנט צום זמן פון הדלקה"נ, צו פארגלעטן די זאך. ס'זענען נישט געווען די ששים גבורים סביב להם - נאר זיי צוויי (שיח שרפי...)

ווייסט אפשר איינער צי די זאך איז אמת, און אויב (ווארשיינליך) יא, וואס האבן זיי גערעדט דארט? זענען זיי געקומען צו א החלטה?

אויך האב איך געהערט פון עטליכע מענטשן וואס האבן מיטגעהאלטן דעם שבת אין דעם גרויסן טענט, אז עס איז געווען זייער קאלט אינעם טענט, די לעצט-מינוטיגע הייצונג האט נישט געקלעקט פאר דעם טענט.

אבער דער שבת אליינס איז געווען זייער ווארעם, ממש א אש קודש - האבן אויסגעפירט די אינגעלייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2005 15:50 לינק ישיר 

ער האט זיך נישט אריינגעכאפט. עס איז געווען אן אפיציעלער באזוך.

חזן ... חורינער האט געגעבן אן אפאינטמענט אויף 4:30 וואס לויט די יודעי דבר איז דאס געווען ווי א מעסעדזש אז ער דארף בעסער נישט קומען. אבער דער תו"א רבי שליט"א איז געקומען אין באגלייטונג פון זיינע משמשים און נאך עטליכע חסידים.

ביים אריינקומען איז שוין געווען צו דערקענען אז דער חזן .. חורינער איז בלאס און אומבאלאנסירט. די ערשטע 3 מינוט האט מען בכלל נישט גערעדט. ערשט ווען דער תו"א רבי האט אנגעהויבן צו רעדן איבער דעם ענין פןם מאכן א שהחיינו אויף א נייעם ספר תורה, האט חזן... חורינער זיך אנגערופן "עס איז שוין באלד שבת", און דערמיט האט זיךף דער אוידיענץ געשלאסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2005 15:52 לינק ישיר 

דא האסטו מער פרטים
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1281566&whichpage=2



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ברעיקינג ניוס; תו"א אהרן רבי שבת אין ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext