|
|
| נשלח ב-17/3/2005 19:45 |
|
| |
דער פארווערט איז נישט פאראשאלטען נאר פארן ציטיטרען דעם איד מיט ר הלל וויינבערגער אלץ מאסדגעבענדיגע שופרות פין אונזרערע קרייזען געגן דעם פארווערט
ער איז פארשלאטען פארן אראפירען מיליאנען אידן פין אידישען וועג
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 21:26 |
|
| |
רב טענדלער זאגט אסאך ליגענט אין דעם ארטיקל.
מען האט איהם יא געזאגט נישט צו קומען די דעם סיום הש'ס, הגם ער לייקנט עס.
אויך שרייבט ער נאר אז יתד נאמן האט אים באשמוצט, ער שרייבט נישט אז דער יתד נאמן האט בסך הכל געברענגט א בריוו וואס ער האט זיי געשריבען, און צוגעלייגט א טראנסקריפט פון א שיעור וואס ער האט געהאלטען, וואס האט פשוט אויפגעוויזען אז ער איז א שקרן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2005 06:24 |
|
| |
סוף כל סוף האט רב טענדלר שליט"א א פוינט, אזוי ווי אסאך (נארמאלע געזעצטע רבנים) האבן מסכים געווען צו אים, נאר וואסדען היינט איז א מצב וואס מען טראכט נישט, אפאר היץ קעפ לויפן ארום מאכן משיגע רבנים און פארשטייט זיך איינמאל ס'איז א מצב טרויט זיך נישט קיין רב צו געבן אן אנדערען מיינונג ווייל ער וועט דאך גלייך ווערן אויסגעשפיגען, אלא מאי אפאר היץ קעפ פירען היינט יהדות החרדית און ניו יארק.
דער פראקטישער אונווייזונג, און גמרא שבת, אז על-פי רפואה דארף מען מאכען מציצה (און לאו דוקא בפה), האט נישט קיין שום שייכות מיט הלכה, דאס איז געבויט אויפן מעדעצינישער קוק פון דוקטורים און תקופת חז"ל, דאס מיינט נישט אז חז"ל האבן דאס מברר געווען, ווייל אין גאנץ ש"ס זענען אלע רפואות אונווייזונגען, געבויט אויף אלטוועלטליכע דוקטורים און האט גארנישט מיט חז"ל, ווי רב שרירא גאון שרייבט קלאר און א תשובה!
אויב דוקטורים אין תקופת חז"ל וואלטען מחליט אז מציצה בפה איז א סכנה, וואלטען מיר היינט געפונען אין גמרא דאס מען זאל דוקא מאכען מציצה מיט א כלי אדער בכלל נישט!!! דאס איז קלאר! און נאך דערצו אז ס'איז דא א מינדערסטע חשש אז א קינד אדער מוהל זאל אנגעשטעקט ווערן? וחי בהם ולא שימות בהם!!!
נו וואס קען מען טוהן, יהדות החרדית און אירע רבנים האלטען היינט ביי גאר א שווערען מצב, דהיינו "תלמידי חכמים שאין בהם דעת...".
תוקן על ידי - גרוינעם - 18/03/2005 6:41:38
תוקן על ידי - גרוינעם - 18/03/2005 6:42:26
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2005 06:51 |
|
| |
רב אלישיב פארשטייט נישט רב וואזנער פארשטייט נישט, ר' משה פיינשטיין האט נישט פארשטאנען. די דאקטורים מיט וועם זיי האבען געשמועסט פארשטייען נישט.
פון יעצט און וועט מען פרעגן גרונעם מיט טענדלער.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2005 07:18 |
|
| |
גרוינעם טייערע,
אוודאי איז נישט פאסיג פאר כלל ישראל געפירט צו ווערען דורך אפאר צוהיצטער עסקנים, עיין פרשת עירוב וכו'
אבער ווי קומט דאס אז אינגאנצען איין רב (אפילו ער איז א ת"ח) זאל מחליט זיין אין אזא נושא אינגאנצען אן א קונסנסוס פין עכ"פ רוב רבנים צו טוישען אן ענין (וואס א מנהג ישראל איס עס לכו"ע) אין נאך דערצו כופה זיין זיין פערזענליכע דעת תורה אןיף כל הקהל הקודש הזה?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2005 08:56 |
|
| |
זאלסט מיר אנטשולדיגן אבער דו רעדסט ווי א בהמה.
צו איז דא עפעס א נייע טענה וואס טענדלער האט אויפגעברענגט ?
די טענה (פוינט בלע"ז) איז שוין אלט 150 יאר, און איז געשאפן געווארן דורך די גרעסטע מחריבים פון כלל ישראל.
און ארטאדאקסיע, אין וועמענ'ס נאמען דער דאקטאר פרובירט צו רעדן, איז געשאפן געווארן צו אפשלאגן די אטאקעס פון די תוה"ק, טאקע פון אזעלכע "פוינט'ס".
און אויב ער וויל וויסן וואס זיין סוף וועט זיין, איז גענוג אנצוצייגן אויף די 52 % אסימילאציע וואס איז דא ליידער ביי זיינע חברים פון איבערן פלויט, די רעפארמער.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2005 15:05 |
|
| |
רב אלישיב האט פאר צוואנציג יאר צירוק ביי די איידס פרשה, געהאלטען אז מען זאל אויפהערן מאכן מציצה בפה, לעצטענץ איז ער מושפע געווארען פון די חרדישע קיצונישע בליק. רב שמואל וואזנר, שרייבט און תשובה בשם חפץ חיים דאס מען דארף נישט מקפיד זיין דערויף. די חתם סופר וואס אלע פרומע לרבות די פארפרימטע האלטען זיך כאילו זיי גייען בדרכו, האט דאס מתיר געווען אן קיין פראבלעם. די פראבלעם איז דאס די פולסמוס פאר 150 יאר צוריק האט גארנישט מוטען פולמוס היינט, דהיינו דעמעלץ איז דער ענין געווען מען זאל בכלל נישט מאכן מציצה, זענען דעמעלץ די פרומע רבנים אויפגעקומן מיט א פלאן פון מאכן מציצה בכלי וואס דאס איז נישט קיין שום פראבלעם ווי דער דער הייליגער זיידע דער חתם סופר שרייבט.
פארוואס ווען א דאקטער וואלט מחליט געווען און שפיטאל צו מאכן ביי מילה מציצה בפה, וואלט ער גלייך רעגענעזירט געווארן? על פי תורה די רגע ס'איז דא א חשש פון סכנה, דארף מען זיך רעכענען מיט דעם. קיינער וואלט נישט געוואלט א דאקטער זאל אפארירען זיין קינד אן סטערעלייזען די מכשירים פארוואס?
און איך וועל אייך מגלה זיין א סוד, אלע מוהלים (אפילו די פארפרימטע) ווען עס קומט צו מהל'ען א קינד וואס עס איז דא א מינדערסטע חשש פון איידס וכו' (דהיינו קינדער פון בעלי תשובה וכו'), מאכן זיי בכלל נישט קיין מציצה, מען בייגט זיך אראפ, אבער מען טוט גארנישט!!!
תוקן על ידי - גרוינעם - 18/03/2005 15:22:53
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2005 16:43 |
|
| |
די אלע נארישקייטן זענען זאכן וואס באלאנגען נישט אין דעם פארום, און דו קענסט צוריקגיין אין די פארומ'ס וואו מען באהאנדלט די טענות.
אבער קיין היסטאריע טאר מען נישט פעלשן אפילו ווען עס קומט אויס בעסער אזוי.
די שערורי' פון דעמאלט'ס איז אויסדריקליך (לכל הפחות בגלוי) געווען אויף די מציצה בפה דוקא.
(וועגן דעם בריוו פון חת"ס, וועל איך נישט אריינגיין אין אלע צדדים, איך פערזענליך גלייב פאר די גרעסטע תלמידים, און במילא די גרעסטע מבינים, פון חתם סופר וועלכע האבן געשריגן אז דער בריוו איז פאלש)
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2005 16:54 |
|
| |
ברענג איינעם וואס שרייבט קלאר דאס דער בריוו איז געפעלטשט?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2005 17:03 |
|
| |
עי' שו"ת מהר"ם שיק או"ח סי' קנ"ב, ובלב העברי חלק שני מערכות ישראל, ובס' אות ברית סי' רס"ד ס"ק ט'
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2005 17:22 |
|
| |
זאלי,
גרוינעם האט דיך געבעטען אז די זאלסט שרייבען ווער עס זאגט עס איז פאלש.
די מהר"ם שיק ברענגט דארט אז די חתם סופר זאגט "שאם יעידו הרופאים דהספוג מועיל כמו המציצה בפה רשאין אנו למצוץ גם בספוג".
און ער זאגט נישט דארט אז עס איז פאלש.
אות ברית פין וועמען?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2005 18:37 |
|
| |
און דעם חלק ביסטו גערעכט, דאס רב טענדלער וואלט נישט געדארפט גיין אזוי ווייט. איך רעד דא נאר פון זיין פוינט, און נישט פון זיין צוגאנג.
(א ווערטעל: מיר רעדען דא וועגען כופה זיין א דעה אויף א צווייטען, לויטען סאטמאר'ן שיטה דאכט זיך מיר איז דאס נישט קיין פראבלעם!!)
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2005 19:03 |
|
| |
א בריוו פון חתם סופר איז נישט דא, דער לשון אין אות ברית {מגדולי תלמיד החתם סופר} איז ורוצים ליחס סברא זו לאמ"ו הגאון מהרמ"ס.
די אלע נארישע טענות וואס גרונעם ברענגט צו האבען שוין די גדולי ישראל באהאנדלט אין יענע צייטן קעגען די וואס האבען געווען איינפירען מציצה ע"י ספוג אדער שפופרת,
איך וואלט דיר מציע געווען צו ליינען דעם קונטרס מציצה פון ר' יוסף יפה שלעזינגער,ספר משיב נפש פון א ליטווישער גדול,,
|
|
|
|
|