בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

בקשו רחמים: יו"ר העדה החרדית

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/2/2005 18:51 לינק ישיר 
בקשו רחמים: יו"ר העדה החרדית

פרייטאג צופרי האט דער מיטאלאגישער לאנגיעריגער פארזיצער פון די העדה החרדית הגה"צ רבי גרשון לייב בן גרינע ליבא (שטעמער) שליט"א געליטן א שווערן "סטראוק" אין געפונט זיך איצט אין גאר א קריטישער לאגע.

יעדער איינער ווערט געבעטן צו דאווענען אין בעטן לרפואתו המהירה פון דעם אדם גדול אשר רבים צריכים לו.

תוקן על ידי - באטרא - 13/02/2005 18:54:57



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2005 18:59 לינק ישיר 

און ירושלים זאגט מען אז ר' גרשון האט געכאפט דעם סטראק נאכדעם אז ער איז געווארן אופגערעגט אויף מרן הגאב"ד עטליכע מאל און לעצטן וואך אז ער מאכט זאכן אנקעגן זיין דרך, למשל דער גאב"ד האט זיך געגאנגען זיך טרעפן מיט רבן של ישראל הגה"ק הרב שטיינמאן און הגה"ק ר' חיים קאניבסקי שליט"א מיט נאך ליטוישע גדולים, און ר' גרשון האט דאס אין לעצטן מינוט אפגעהאלטן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2005 19:04 לינק ישיר 

ווארטס נאר אביסעלע

באלד קומען אן די אהרונים און וועלן שוין דערציילן פארוואס הרב שטעמער האט געכאפט דעם סטראוק.

זיי האבן שוין זיכער א גאנצע ליסטע מיט עוולות קעגן די אהרונים...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2005 19:20 לינק ישיר 

ניין! כעל נישט זיין קיין אידיאט!

א רפו"ש בתשח"י!

געזעגענען, איך בעט דיך טאקע א פערסענעל טובה, האלט דיך איין מיט אייזענע קייטן, כ'ווייס סיז זייער שווער פאר דיר, הייב נישט אן צו אריין מישן די סאטמארע חאזעריי ווען א אידיש קינד איז בצרה על ערש דוי.

סיז נישט קיין דשאוקס!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2005 19:28 לינק ישיר 

מיש נאר אויף די אלטע אשכולות ווען עס האט זיך געהאנדעלט מיט אידן בעלי צרה, זענען דאס געווען די אהרונים וועלכע האבן געטראפן אלע מיני חטאים אויף די מענטשן, ווייל זיי האבן געטשעפעט מיט חזן-זשיגאן חורינער.

אדרבה, קוק נאך מיין רעקארד וועסטו קיינמאל נישט טרעפן אז איך זאל האבן געשריבן אויף א בעל צרה פארוואס ער איז נענש געווארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2005 19:50 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אויב דאס הייסט זוכן חטאים פון אמענטש, אבער דאס איז קלאר אז ער צוינגט אלע רבנים ובראשם מרן הגאב"ד שליט"א צו ביקן זיך צו זלמן לייב, און מיר אלע געדענקען דאס גרויסע בזיון און קרית יואל און יעצט נאכאמאל און ירושלים אז דער גאב"ד אאיד פון 80 יאהר בלע"ה מוז זיך לויפן נאך אפוסטער יונגער ע"ה ווייל דאס איז דער רצון פון ר' גרשון.
דער אייבערשטער זאל איהם שיקן רפו"ש בתושח"י.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2005 20:08 לינק ישיר 

בין איך נישט געווען גערעכט ווען איך האב געזאגט אז באלד קומען די אהרונים און טרעפן חטאים?

אגב, אהרונים אפשר קענען ענק זאגן וואס זענען די חטאים פון ד.ע. (איינער פון די רשעי הקהילה אין ק"י) וועלכער איז עפעס נישט אין ארדענונג אין געזונט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2005 21:04 לינק ישיר 

דער בית דין צדק פון העדה החרדית און א אפיציעלע מעלדונג:

ב"ה
מטעם רבותינו הגאוה"צ שרי התורה מרן הגאב"ד והבד"צ שליט"א

בקשו רחמים מרובים

קהל הקודש מתבקש לבקש רחמי שמים המרובים עבור ידידנו עוז
הגאון המפורסם, עמוד התווך של היהדות החרדית ומגן החינוך הטהור
שומר החותמת של העדה החרדית, איש אמונם של גדולי ומאורי הדורות
רבי גרשון לייב בן גרינא ליבא שליט"א
יו"ר העדה החרדית
בהיכלי התורה וכן תלמידי התתי"ם ובתי החינוך על טהרת הקודש יאמרו פרקי תהלים ויתפללו לרפואתו השלימה והמהירה
בבריות גופא ונהורא מעליא בתושח"י אמן.

ד' אדר ראשון תשס"ה
[מקום חותם הביד"צ]


תוקן על ידי - חורינער - 13/02/2005 21:10:13



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2005 22:18 לינק ישיר 

דער רבוש"ע זאל אים שיקן א רפואה שלימה...

אבער ביזדערווייל נעמט אים איינער איבער? אדער אזוי ווי ביי א רבי אדער גאב"ד אז ווילאנג ער אטעמט איז די גאנצע עדה "געפריזט"....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2005 22:25 לינק ישיר 

יזדעזע הארץ ארבע מאות פרסה.

נעכטן ביינאכט האט מען אין שטוב פון הגה"צ הגראב"ד וויליאמסבורג (ירושלים דאמעריקע, שכונת ראסט סטריט) געמאכט א גרויסע מלוה מלכה מיט טענץ און מוזיק.

אויף די אנפראגע פון די דורכגייער, מה היום מיומים?
האבן די גראב"דיסטן געזאגט אז אין ארץ ישראל זעט מען יעצט אפענע זאכן מיט ר' גרשון שטמר. (רח"ל. אוי לאזנים שכך שומעות).

וואס איז מיט ר' גרשון? האט מען ווייטער געפרעגט.

וואס הייסט? ער איז דאך געווען דער וואס האט אויסגעשפילט דעם גראב"ד און וועגן אים דארפן מיר דא זיצן בעמק הבכא אויף ראס סטריט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2005 23:17 לינק ישיר 

מען זאגט אז די בלוט וואס דער ברוטאלער רשע פין קעי דזשעי פארלירט פינעם אלסער
איז נישט זיינס דאס איז די בלוט וואס ער האט געצאפט פין אידישע קינדער

אדער ווי דער רבי זאגט אז נישט קיין אידיש בלוט -ער איז דאך א גוי
עניוועיס איך וואנטש עם א רפואה שלימה בגוף ונפש איטץ נעווער טא לעיט זאל ער נאר פאריכטען וואס ער האט פארדארבען אין אויך איז ער א טאטע פאר קינדער אין- איידעמער-

שלח רפואי שלימה לחולי עמך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2005 23:31 לינק ישיר 

עקשטיין

פליז הער אויף מיט אזעלכע תגובות.
עס פאסט נישט פאר א איד אזוי צו שרייבן ווען יענער איז אין א צרה.
דאס קענסטו לאזן פאר די אהרונימליך וועלכע האבן נישט בעסער מקבל געווען פונעם חזן-חורינער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2005 00:38 לינק ישיר 

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1281030



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2005 00:46 לינק ישיר 

בשורה טובה ומשמחת !

היינט צופרי האט זיך ר' גרשון שליט"א אויפגעכאפט, אין איז צוריק געקומען צו זיך,אין מ'האט אים שוין אראפגענומען כמה פעמים זיין "רעספערעיטער", אין ווי די דאקטורים אין די גרויסע נויראכיראגיע עקספערטן האבן געמאלדן פאר א שעה, אז נאך א דורכגעפירטע "עם. אר. איי." טשעקונג ווערט באשטעטיגט אז זיין כח הדיבור והמחשבה אין מח איז נישט געשעדיגט געווארן, אין אויך די רעכטע זייט פון זיין קערפער, נאר די צווייטע זייט פון זיין קערפער, אין 'מוועט מוזן וואררטן 72 שעה ביז מ'וועט קעענען אפשאצן ריכטונג זיין געזונט צושטאנד.

היינט נאכמיטאג האט מען אים פארבינדן אויפ'ן טעלעפאן צו זיין אפיס אין "וועד הכשרות" שע"י העדה החרדית, אין ער האט גערעדט מיט אייניגע פון די רבנים.

אבער מיט דעם אלעם דארף ער נאך א שטארקע רפואה.

ישלח לו השי"ת רפו"ש ומהירה בתושח"י.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2005 00:59 לינק ישיר 

איך ווייס שוין לאנג אז אן אהרונישע שמחה האלט אן געווענליך א 48 שעה ביז א מאקסימום פון 72 שעה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2005 01:09 לינק ישיר 

ב"ה! השי"ת ירפאהו ויחלמיהו בכל רמ"ח אבריו ושס"ה גידיו עם שח"י!

געזעגענען טייערע, הער שוין אויף, מעגסטעך אמאל איינהאלטן, מעגסט האבן א הארץ, לאז ארויס די פאליטיק וואס ס'קומט צו א אידיש קינד געזונט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > בקשו רחמים: יו"ר העדה החרדית
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext