פרייטאג צופרי האט דער מיטאלאגישער לאנגיעריגער פארזיצער פון די העדה החרדית הגה"צ רבי גרשון לייב בן גרינע ליבא (שטעמער) שליט"א געליטן א שווערן "סטראוק" אין געפונט זיך איצט אין גאר א קריטישער לאגע.
יעדער איינער ווערט געבעטן צו דאווענען אין בעטן לרפואתו המהירה פון דעם אדם גדול אשר רבים צריכים לו.
תוקן על ידי - באטרא - 13/02/2005 18:54:57
נשלח ב-13/2/2005 18:59
און ירושלים זאגט מען אז ר' גרשון האט געכאפט דעם סטראק נאכדעם אז ער איז געווארן אופגערעגט אויף מרן הגאב"ד עטליכע מאל און לעצטן וואך אז ער מאכט זאכן אנקעגן זיין דרך, למשל דער גאב"ד האט זיך געגאנגען זיך טרעפן מיט רבן של ישראל הגה"ק הרב שטיינמאן און הגה"ק ר' חיים קאניבסקי שליט"א מיט נאך ליטוישע גדולים, און ר' גרשון האט דאס אין לעצטן מינוט אפגעהאלטן
נשלח ב-13/2/2005 19:04
ווארטס נאר אביסעלע
באלד קומען אן די אהרונים און וועלן שוין דערציילן פארוואס הרב שטעמער האט געכאפט דעם סטראוק.
זיי האבן שוין זיכער א גאנצע ליסטע מיט עוולות קעגן די אהרונים...
נשלח ב-13/2/2005 19:20
ניין! כעל נישט זיין קיין אידיאט!
א רפו"ש בתשח"י!
געזעגענען, איך בעט דיך טאקע א פערסענעל טובה, האלט דיך איין מיט אייזענע קייטן, כ'ווייס סיז זייער שווער פאר דיר, הייב נישט אן צו אריין מישן די סאטמארע חאזעריי ווען א אידיש קינד איז בצרה על ערש דוי.
סיז נישט קיין דשאוקס!
נשלח ב-13/2/2005 19:28
מיש נאר אויף די אלטע אשכולות ווען עס האט זיך געהאנדעלט מיט אידן בעלי צרה, זענען דאס געווען די אהרונים וועלכע האבן געטראפן אלע מיני חטאים אויף די מענטשן, ווייל זיי האבן געטשעפעט מיט חזן-זשיגאן חורינער.
אדרבה, קוק נאך מיין רעקארד וועסטו קיינמאל נישט טרעפן אז איך זאל האבן געשריבן אויף א בעל צרה פארוואס ער איז נענש געווארן.
נשלח ב-13/2/2005 19:50
איך ווייס נישט אויב דאס הייסט זוכן חטאים פון אמענטש, אבער דאס איז קלאר אז ער צוינגט אלע רבנים ובראשם מרן הגאב"ד שליט"א צו ביקן זיך צו זלמן לייב, און מיר אלע געדענקען דאס גרויסע בזיון און קרית יואל און יעצט נאכאמאל און ירושלים אז דער גאב"ד אאיד פון 80 יאהר בלע"ה מוז זיך לויפן נאך אפוסטער יונגער ע"ה ווייל דאס איז דער רצון פון ר' גרשון.
דער אייבערשטער זאל איהם שיקן רפו"ש בתושח"י.
נשלח ב-13/2/2005 20:08
בין איך נישט געווען גערעכט ווען איך האב געזאגט אז באלד קומען די אהרונים און טרעפן חטאים?
אגב, אהרונים אפשר קענען ענק זאגן וואס זענען די חטאים פון ד.ע. (איינער פון די רשעי הקהילה אין ק"י) וועלכער איז עפעס נישט אין ארדענונג אין געזונט?
נשלח ב-13/2/2005 21:04
דער בית דין צדק פון העדה החרדית און א אפיציעלע מעלדונג:
ב"ה
מטעם רבותינו הגאוה"צ שרי התורה מרן הגאב"ד והבד"צ שליט"א
בקשו רחמים מרובים
קהל הקודש מתבקש לבקש רחמי שמים המרובים עבור ידידנו עוז
הגאון המפורסם, עמוד התווך של היהדות החרדית ומגן החינוך הטהור
שומר החותמת של העדה החרדית, איש אמונם של גדולי ומאורי הדורות
רבי גרשון לייב בן גרינא ליבא שליט"א
יו"ר העדה החרדית
בהיכלי התורה וכן תלמידי התתי"ם ובתי החינוך על טהרת הקודש יאמרו פרקי תהלים ויתפללו לרפואתו השלימה והמהירה
בבריות גופא ונהורא מעליא בתושח"י אמן.
ד' אדר ראשון תשס"ה
[מקום חותם הביד"צ]
תוקן על ידי - חורינער - 13/02/2005 21:10:13
נשלח ב-13/2/2005 22:18
דער רבוש"ע זאל אים שיקן א רפואה שלימה...
אבער ביזדערווייל נעמט אים איינער איבער? אדער אזוי ווי ביי א רבי אדער גאב"ד אז ווילאנג ער אטעמט איז די גאנצע עדה "געפריזט"....
נשלח ב-13/2/2005 22:25
יזדעזע הארץ ארבע מאות פרסה.
נעכטן ביינאכט האט מען אין שטוב פון הגה"צ הגראב"ד וויליאמסבורג (ירושלים דאמעריקע, שכונת ראסט סטריט) געמאכט א גרויסע מלוה מלכה מיט טענץ און מוזיק.
אויף די אנפראגע פון די דורכגייער, מה היום מיומים?
האבן די גראב"דיסטן געזאגט אז אין ארץ ישראל זעט מען יעצט אפענע זאכן מיט ר' גרשון שטמר. (רח"ל. אוי לאזנים שכך שומעות).
היינט צופרי האט זיך ר' גרשון שליט"א אויפגעכאפט, אין איז צוריק געקומען צו זיך,אין מ'האט אים שוין אראפגענומען כמה פעמים זיין "רעספערעיטער", אין ווי די דאקטורים אין די גרויסע נויראכיראגיע עקספערטן האבן געמאלדן פאר א שעה, אז נאך א דורכגעפירטע "עם. אר. איי." טשעקונג ווערט באשטעטיגט אז זיין כח הדיבור והמחשבה אין מח איז נישט געשעדיגט געווארן, אין אויך די רעכטע זייט פון זיין קערפער, נאר די צווייטע זייט פון זיין קערפער, אין 'מוועט מוזן וואררטן 72 שעה ביז מ'וועט קעענען אפשאצן ריכטונג זיין געזונט צושטאנד.
היינט נאכמיטאג האט מען אים פארבינדן אויפ'ן טעלעפאן צו זיין אפיס אין "וועד הכשרות" שע"י העדה החרדית, אין ער האט גערעדט מיט אייניגע פון די רבנים.
אבער מיט דעם אלעם דארף ער נאך א שטארקע רפואה.
ישלח לו השי"ת רפו"ש ומהירה בתושח"י.
נשלח ב-14/2/2005 00:59
איך ווייס שוין לאנג אז אן אהרונישע שמחה האלט אן געווענליך א 48 שעה ביז א מאקסימום פון 72 שעה...
נשלח ב-14/2/2005 01:09
ב"ה! השי"ת ירפאהו ויחלמיהו בכל רמ"ח אבריו ושס"ה גידיו עם שח"י!
געזעגענען טייערע, הער שוין אויף, מעגסטעך אמאל איינהאלטן, מעגסט האבן א הארץ, לאז ארויס די פאליטיק וואס ס'קומט צו א אידיש קינד געזונט.