בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מתחמם הסכם שלום בין בעלזא להעדה חרדית

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/2/2005 04:41 לינק ישיר 
מתחמם הסכם שלום בין בעלזא להעדה חרדית

איז אמת די שמועות אז סווארעמט זיך א בר קיימאדיגער הסכם שלום?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 04:44 לינק ישיר 

האסט געערט מער פרטים?

אין שכינות'דיגן בחדרי חרדים האט מען היינט גערעדט דערוועגן, טייל האבן געלייקענט, איינער ווייסט עפעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 04:46 לינק ישיר 

מען האט שוין פאריאר געשמועסט אז דער בעלזער גייט קומען צום ציון פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע מיט א מנין, ווייל עס גייט אים אין לעבן זיך אהערצושטעלן ווי איינער וואס איז אנערקענט ביי יעדן.

אויך איז באקאנט אז דער ירושלימ'ער רב שליט"א האט נישט געוואלט זיין מסדר קידושין ביי די גערער חתונה ווייל דער בעלזער האט באקומען דארט ברכה אחריתא.

ונזכה ונחי' ונראה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2005 04:49 לינק ישיר 

דער בעלזער וועט זיך נישט "מכניע" זיין קומען איבערבעטן,
פארגעס דערפון!

נאר וואס? נאכדעם וואס גרשון שטעמער פארמאכט די אויגן וועט "ממילא" ווערען שאלאם!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2005 04:56 לינק ישיר 

מען שמועסט אז ער גייט קומען גלייך נאכדעם וואס דער ... גייט קומען...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2005 07:25 לינק ישיר 

TZVI

פון וואו ווייסטו ווער עס וועט צומאכן די אויגן פריער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 13:54 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דער ירושלימער רב איז דער גרעסטער ממליץ אויף דעם דעם
און פירט דאס אויס בפועל ממש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 13:56 לינק ישיר 

מצורף קובץ

1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 13:58 לינק ישיר 

מצורף קובץ

4



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 16:06 לינק ישיר 

איך וויל פארשטיין פון וואספארא סארט שלום רעדט מען דא? צו גיין איינער אויפן צווייטנס שמחות? צו זאגן "האלאו" ווען מען טרעפט זיך??

ווי אזוי קען בעלזא ווערן בשלום מיט סאטמאר און עדה החרדית אויב זיי בלייבן מיט זייער יעצטיגע וועג? וועלן זיי אויפהערן צו גיין צו די בחירות? זיי וועלן אדאפטירן דעם איסור פון סאטמאר? וועלן זיי ארויסנעמען זייער פארטרעטער אין כנסת? וועלן זיי אויפגעבן זייער אייגענע בית דין דקהל מחזיקי הדת און עסן פון עדה החרדית הכשר אדער גאר פארקערט, עדה החרדית וועט עסן בעלזא הכשר?

ביטע קלאר מאכן וואס זענען די צדדים אז ס'זאל הערשן א פולשטענדיגער שלום? ס'לייגט זיך עפעס נישט אויפן שכל בדרך הטבע!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 17:00 לינק ישיר 

נאך א וויכטיגע "אויפטו" פון אהרן ט"ב וכת דילי' !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 19:30 לינק ישיר 

אוודאי קען ר' אהרן באשטיין [און גאר ווילן] דעם שלום!
ס'איז דאך זיין שוואגער!

ער איז גענוג צואמפערט מיט זיינע צוויי ברידער'ס, גענוג איז גענוג!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 20:11 לינק ישיר 

שמעק

בעלז וועט אלע מאהל גיין צו בחירות

איך מיין אז שלום מיינט אז עס זאל זיין דער מצב אזוי ווי עס איז געוועהן פאר דעם מחלוקות

בעלז איז טאקע געגאנגען צו בחירות אבער זיי האבען גענוצט עדה פלייש און הרב ווייס זצ"ל איז געקומען צו בעלזער רבי'ס טיש וכו' וכו'

דהיינו ווי אזוי מ'רופט דאס אויף לאטייניש: "סטאטוס קוואו אנטי"

status quo ante bellum: The state in which the belligerents were before war commenced.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2005 11:29 לינק ישיר 

זאלי

זיי נישט קיין נאר קויף נישט אף די נארישקייטען, בעלזער רבי וועט קיינמאל נישט קומען צו סאטמארער רביס זי"ע ציון, אפילו א נארמאלער סאטמארער פארשטייט עס, .

און לידיעתך האט שוין דער גערער רבי נישט גערופען דעם פריעדריגע ירושלימער רב צו דעם חופה לכובד די ווארימע באציאונגען וואס גער האט מיט בעלז.

סידור קידושין גיט דער גערער רבי פאר הרב לאנדא ווייל ער האלט זיך פאר א בני ברקער תושב.

לדעתי איז שלום נישט קיין אינטרעס פון קיינעם יעדער פון די צוויי צדדים האבען דאך אנדערע דעות און השקפות, עדה החרדית בויט זיך שיין, בעלז בויט זיך שיין, פארוואס פעלט אויס א שלום, מען קען מיינען אז עס איז דא אזא הייסע מחלוקת, זאל זיך יעדער אליין בויען אין טראכטען פון זיך.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2005 15:30 לינק ישיר 

NEVER SAY NEVER...

איך ווייס קלאר אז דער גערער האט געוואלט מכבד זיין דעם ירושלימ'ער רב מיט סידור קידושין, און ער האט עס אפגעזאגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2005 18:42 לינק ישיר 

איך ווייס אויף הונדערט פראצענט אז בעלז זוכט שלום מיט די עדה, זיי האבן שוין צוויי קאנדידאטן וועם זיי ווילן אריינשטעלן, און מצמצם זיין זייער בית דין בלויז אויף סכסוכים און קהל'ישע ענינים, אבער די עדה וועט זיין ביי זיי די אויטאריטעט פאר כשרות, שחיטה, גיטין וגו',

בנוגע סאטמאר רב'ס ציון, איך פארשטיי נישט פארוואס דאס איז אבסאלוט, א איש מהימן מאד האט מיר געזאגט אז ער האט געזען דעם בעלזער רב מיט זיין רביצין ארויסקומען פון סאטמאר רב זצ"ל'ס שטוב מיט פארטרעטע אויגן, זיי האבן דאך געדארפט א ישועה, אין חדר האט ער געלערנט אין סאטמאר, נו, פארוואס זאל ער נישט קומען צו זיין ציון לאחר פטירתו? ער האט געמאכט א טעות, כאטש וואס זיין טעות האט אים געבויט פון אינעווייניג, אבער זלזולים אויף א קדוש עליון ווי סאטמאר רב זצ"ל האט קיינער נישט געגליכן, בעלז איז א הערליכע קהלה, יא אדער נישט גיין אויף מאנרא וועט נישט גרעסער אדער קלענער מאכן בעלז, פארקערט, אז ער וועט גיין וועלן טויזנטער מענטשן אים שעצן, אז ער איז מודה ער האט געמאכט א טעות!

מענין לענין, אין סאטמאר איז בעלזער רב זי"ע פיל מער געשעצט ווי סאטמאר רב זי"ע אין בעלז, די בעלזער האבן נישט קיין השגה אין סאטמאר רב, ער ביי זיי ווי דער אמרי חיים, אדער מאדזשיצער רבי, וואס זיי זענען געווען טאקע ערליכע אידן, אבער נישט קיין הימל מענטשן (זייט זיך נישט טועה, איך בין נישט קיין סאטמארער, אבער דער אמת בלייבט אמת), עס וועט נאך קומען א צייט ווען אויך בעלזער וועלן וויסן דעם אמת'ן געשטעל פון סאטמאר רב, כאטש עס מאכט אים נישט גרעסער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מתחמם הסכם שלום בין בעלזא להעדה חרדית
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext