בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מתחמם הסכם שלום בין בעלזא להעדה חרדית

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/2/2005 06:10 לינק ישיר 

בעלז וועט קיינמאל נישט שעצן רביה"ק זי"ע !!!

נניח אז זיי וועלן שלום מאכן מיט די עדה.

פון וועמען וועלן זיי זיך לערנען צו שעצן דעם רבי'ן, פון די אהרונים ???

געשטעלט די קאץ היטן אויף די מילך...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/2/2005 15:28 לינק ישיר 

מען רעדט ווי א מענטש, און דו ענטפערסט ווי א בהמה.

אנטשולדיגט פאר מיין שפראך, אבער עם נבר תתברר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2005 18:02 לינק ישיר 

זאלי וועקי

איך מין דיך נישט צו אטאקירען אבער איך האף אז אנדערע זאכען וואס די ווייסט קלאר איז מער אקוראט, וויל וואס די שרייבסט דו איז 100 פראצענט נישט ריכטיג.

מעגסט זיך אויסלערנען אז נישט יעדע זאך וואס די הערסט אין מקוה איז קלאר געהערט.

גער וואלט קיינמאל נישט געגעבען פארן ירושלימער רב סידור קידושין ווייל זיי אנערקענען איהם נישט פאר ירושלימער רב

גערער רבי איז א בני ברקער גיט ער עס פאר הרב לאנדא, אפילו וואס ער האלט זיכער נישט אז הרב לאנדא איז מער פון ירושלימער רב אבער ער גיט עס פאר זיין רב.

ירושלימער רב איז אפילו נישט געלאדענט געווארען פאר א פשוטער ברכה הגם די עדה החרדית האט געלייגט פרעשור אויף דעם ( נישט ביי די לעצטע חתונה נאר די פריערדיגע ווען הרב דושינסקי איז געווען ירושלימער רב)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2005 21:10 לינק ישיר 

די מעשה איז אמת, נאר מיט א שינוי.

גערער רבי שליט"א האט מכבד געווען דעם ירושלים רב שליט"א מיט ברכה אחריתא און נטשט מיט סידור קידושין, די גרער האלטן זיך נאנט מיטן ירושלים רב שליט"א דאס איז ווייל אין אנטווערפען פלעגט ער דאווענען און גר און איז געווען ממש ווי זייער רב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2005 21:29 לינק ישיר 

טייערע שור שנגח

להד"ם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2005 21:32 לינק ישיר 

להד"ם מיינט גארנישט.

איך האב עס נאך געטשעקט און עס איז אמת.

פארוואס קען עס נישט זיין, וואס איז דער פראבלעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2005 21:33 לינק ישיר 

אוודאי קען עס זיין, גערער רבי האט זיכער רעספעקט פאר ירושלימער רב.

נאר עס איז פשוט נישט געווען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2005 14:57 לינק ישיר 


לאמיר צונעמען די זאך.

כשרות

די עדה האט נאר געבאדערט אז עס איז געוועהען איינער וואס האט איפגעשטעלט א מערכת כשרות ווען זיי זענען געוועהן די איינציגסטע אין די מארקעט, אין יעצט אז עס איז שוין דא היינט הכשרים אזוי ווי שוועמלעך נאך א רעגן, (אגב אדאנק בעלזא וואס האט געבראכן די מאנאפאל) גלייב איך נישט צו עס וועט מעלה ומוריד זיין פאר די עדה צו די בעלזא האבן א הכשר צו נישט.

איבערבעטן די רבי זצוק"ל

איך ווייס פאר א פאקט, אז אין בעלזא איז קיינער ח"ו נישט מזלזל אין דעם סאטמערער רבי, אין דער בעלזאר רב אליין האלט אויך זייער שטארק פינעם רבין זי"ע, איך האב אליין געהערט כמה פעמים נאכזאגן פארשידענע זאכן בשם דעם סאטמערער רבי, אבער עס מיינט נישט אז ער האלט פין זיין שיטה , אין דעם סאטמערער רביס צדקות איז קיינעם נישט מחייב צו האלטן פונקט ווי איהם, אין מען מעג זיך חולק זיין אויף איהם, ער איז טאקע א קדוש אבער ער איז נישט גאט.

דער בעלזאר רב האלט נישט אז ער האט אמאל פוגע געוועהן אינעם סאטמערער רבי זי"ע, אין ממלא וועט ער איהם קיינמאל נישט גיין איבערבעטן ביים ציון.

דער בעלזאר רב האט נישט קיין שום פראבלעם זיך מכניע צו זיין פאר קיין שום מענטש. (עס זעהט נישט אויס אזוי אבער עס איז א פאקט)

הסכם שלום

בעלזא איז שוין היינט גענוג גרויס אין אינדיפענדענט אז זיי דארפן שוין נישט צוקומען היינט צו קיינעם, עס איז דא אפאר אידן אין בעלזא וואס זיי ארבעטען אויף שלום, זיי ארבעטען אליין אן קיין שום אפיציעלער שליחות פין די קהילה, אין מענטשען אין די עדה רעדן זיך איין נעבעך אז דער בעלזאר רב לויפט זיי נאך ווי א קאץ נאך א מויז.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2005 18:20 לינק ישיר 

הערר מוזיקאנט, לאמיר צונעמען די זאך.

כשרות. די עדה האט נאר געבאדערט אז עס איז געוועהען איינער וואס האט איפגעשטעלט א מערכת כשרות ווען זיי זענען געוועהן די איינציגסטע אין די מארקעט, אין יעצט אז עס איז שוין דא היינט הכשרים אזוי ווי שוועמלעך נאך א רעגן, (אגב אדאנק בעלזא וואס האט געבראכן די מאנאפאל) גלייב איך נישט צו עס וועט מעלה ומוריד זיין פאר די עדה צו די בעלזא האבן א הכשר צו נישט.

פוסטע מעשיות. די אלע שוועמעלעך זענען טאקע שוועמעלעך, יעדער ווייסט אז רוב הכשרים דא אין א"י זענען גארנישט ווערט, די עדה בלייבט עדה, אזוי ווי די התאחדות אין ניו יארק, בעלז איז גאנץ אויפגעכאפט, אבער א גרויסער ציבור עסט בפירוש נישט זייער הכשר. האדמו"ר מגור שליט"א האט כידוע געהייסן דעם ציבור מגעיל זיין די כלים ווייל מען האט גענוצט די ליטווישע שארית, עס איז גארנישט אזוי פשוט ווי דו רעדסט, הכשרים דא איז סאך שווערער ווי אין אמעריקע אדער אייראפע ווי מען האנדלט מיט גוים, ואין כאן המקום להאריך.
אז דו רעדסט פון מאנאפאל, ביסט גערעכט, בעלז האט טאקע צובראכן דעם מאנאפאל, אבער ווייסטו פון וועמען? נישט פון ברייטשטיין אדער שטעמער, נאר פון ר' שמואל סאלאנט און ר' חיים זאנענעפלד, און ר' יוסף צבי דושינסקי זצ"ל, וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אידישקייט אין ירושלים, קומט בעלז און קערט אלעס איבער, גרינדעט אן אייגענעם בית דין, מאכט א חורבן, די עדה האט מען געגרינדעט קעגן קוק וכת דיליה, אז איינער קומט און מאכט חרוב, צוברעכט ער נישט דעם מאנאפאל, ער צוברעכט דאס רוקנביין פן יהדות החרדית, נאכדערצו אז ער איז עובר אויפן חרם פון גדולי ירושלים וועגן איסור לימוד שפות זרות, ער אליין האט גערעדט א דרשה א העברעאיש, וואס זיין הייליגער פעטער האט געזאגט אז עס הערשט דערויף א געוואלדיגע טומאה, ער האט מתיר געווען צו נעמען געלט פון די ממשלה, וואס הרה"ק מהר"א האט נישט ערלויבט, ביז תשל"ו האט בעלז נישט גענומען קיין פרוטה פון די רשעים, און ווער האט מתיר געווען בעלזער יונגעלייט צו בוחר זיין אין ראש הממשלה? מילא פרומע חברי הכנסת האבן אלע רבי'ס מתיר געווען מיטן ציהל צו קעמפפן קעגן די פרייע, אבער בוחר זיין אין א פרייען איד, איז דאך שוין אריבער אלע גרעניצן? אין בעלזער רב זי"ע'ס צעטל שטייט, אז מען זאל בוחר זיין פאר ג', דאס הייסט פרומע יונגעלייט אין כנסת, אבער ראש הממשלה, וכל שום וחניכא דאית להו, מאן דכר שמיה?
בקיצור, די אלע פרטים, כשרות, בד"ץ זענען בלויז פרטים, עס איז איין כלל גדול, צוברעכן די מלחמה פון יהדות החרדית קעגן די פרייע און מזרחי, למעשה איז בעלז געגאנגען אין שפאן מיט דגל, ש"ס, ווען עס איז איהם געווען באקוועם.
אגב, איך האב געהערט אז ווען בעלז האט געמאכט דעם בית דין האט בעלזער רב גערופן פאפער רב ז"ל, וואס איז געווען א בעלזער תלמיד, ער זאל וואונטשן מזל טוב, פאפער רב האט בשום אופן נישט געוואלט, ס'טייטש, קעגן די עדה החרדית?! גער איז נאך אזוי גרויס ווי בעלז, זיי זענען נאך אין אייראפע געווען מיט די אדגודה, מה שאין כן בעלז, אבער זיי האבן זיך נישט געטרויעט צו טון וואס ער האט געטון, עד היום הזה!

איבערבעטן די רבי זצוק"ל. איך ווייס פאר א פאקט, אז אין בעלזא איז קיינער ח"ו נישט מזלזל אין דעם סאטמערער רבי, אין דער בעלזאר רב אליין האלט אויך זייער שטארק פינעם רבין זי"ע, איך האב אליין געהערט כמה פעמים נאכזאגן פארשידענע זאכן בשם דעם סאטמערער רבי, אבער עס מיינט נישט אז ער האלט פין זיין שיטה , אין דעם סאטמערער רביס צדקות איז קיינעם נישט מחייב צו האלטן פונקט ווי איהם, אין מען מעג זיך חולק זיין אויף איהם, ער איז טאקע א קדוש אבער ער איז נישט גאט.

זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער דו רעדסט נישט וואס דו ווייסט. אין בעלז איז סאטמאר רב בערך אזוי: אן עקסטרעמער מענטש, איינער וואס האט זיך געקריגט מיט יעדן, איינער וואס האט געקענט זאגן שיינע גלייכווערטלעך, און מער נישט. זיי האבן נישט קיין אהנונג אין זיין תורה, עבודה, גמילות חסדים, ביי זיי עקזיסטירט נאר בעלזער רב, מהר"א זצ"ל, אפילו פון די קנאות פון ר' ישכר דוב פארמאכן זיי די אויגן, מיט דעם איז א חילוק צווישן די חסידים פון בעלז אן מאכנובק, ואכמ"ל, ווען דו וועסט קענען דעם עולם, וועסטו דעמאלס רעדן.
נאך א פרט, קיינער זאגט נישט אז ער מוז אדער זאל האלטן די שיטה פון סאטמאר רב, און דאס וואס דו רעדסט פון גאט איז אבי געשאסן א קויל אין פענסטער, אויב גאט איז בעלזער רב גאט, נישט סאטמאר רב אין סאטמאר, און וואס האט נאכזאגן ווערטלעך מיט האלטן פון א מענטש?

דער בעלזאר רב האלט נישט אז ער האט אמאל פוגע געוועהן אינעם סאטמערער רבי זי"ע, אין ממלא וועט ער איהם קיינמאל נישט גיין איבערבעטן ביים ציון. דער בעלזאר רב האט נישט קיין שום פראבלעם זיך מכניע צו זיין פאר קיין שום מענטש. (עס זעהט נישט אויס אזוי אבער עס איז א פאקט)

כא כא כא, האסט אמאל געהערט א גנב זאל מודה זיין אז ער האט גע'גנב'עט? איך נישט, ער האט טויזנט תירוצים אויף יעדע גניבה עקסטער. ר' יענקעלע, טאהשער רבי, דער מאנטשעסטער ראש ישיבה, קאשוי'ער רב און נאך אנדערע וואס איך געדענק נישט, האבן געשריבן דייטליך, אז ער האט מזלזל געווען אין סאטמאר רב, און מוזיקנט זאגט אז בעלזער רב האלט נישט ער האט מזלזל געווען, זייער פיין, האלט זיך ביי דיינעם, סאטמאר רב איז נישט קלענער געווארן מוצאי שמחת תורה תשמ"ב... ווען דו וועסט הערן דעם טעיפ וועסטו מיר זאגן צי ער האט יא אדער נישט מזלזל געווען אין סאטמאר רב זצ"ל, דו קענסט טאקע רעדן דאמירן בעלמא, און נאל וועלן זאגן ואמרו אמן, אבער איך וועל נישט נישט זאגן אמן אויף קיין שקרים און סצם שטותים.

הסכם שלום. בעלזא איז שוין היינט גענוג גרויס אין אינדיפענדענט אז זיי דארפן שוין נישט צוקומען היינט צו קיינעם, עס איז דא אפאר אידן אין בעלזא וואס זיי ארבעטען אויף שלום, זיי ארבעטען אליין אן קיין שום אפיציעלער שליחות פין די קהילה, אין מענטשען אין די עדה רעדן זיך איין נעבעך אז דער בעלזאר רב לויפט זיי נאך ווי א קאץ נאך א מויז.

איך ווייס נישט פון דיינע פאקטן. אין בעלז איז נישטא קיין יחידים. עס איז דא א באלעבאס אויף אלעם, דו קענסט איינרעדן דעם עולם אין ניו יארק וואס דו ווילסט, אבער פאקט בלייבט פאקט. יעצט, צי בעלז שטייט שענער ווי די עדה, איז א באזונדערע שמועס, און האט נישט קיין שייכות אהער, מען האט שוין גערעדט פון דעם שעות, עס איז א שאד די צייט.

תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 20/02/2005 18:34:37

תוקן על ידי - אינהכינמי - 20/02/2005 19:54:37



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2005 19:11 לינק ישיר 

דעם פרייטאג צונאכטס איז געווען א אנלויף פון מתפללים אין גרויסן סאטמערער בית המדרש אויף ראדני סטריט

וואס איז?

דער בעלזער בעל מנגן ר' ירמי' דמן נ"י
איז דא צוגאסט ביי א שמחה וואס די שול פירן איז געווען
אין גרויסן בית מדרש
און עס האט געהייסן אז ר' ירמי' וועט דאווענען קבלת שבבת פארן עמוד

אבער די גבאים האבן דאס נישט צוגעלאזט טראץ אלע איינבעטענישן פון אסאך מאכערס

קוואט"
א יוד וואס גייט צו די בחירות קען נישט צוגיין צום עמוד אין א סאטמערע שוהל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2005 19:31 לינק ישיר 

ובמר נפשי אבקש, שלא ללכת אל הבחירות הטמאות האלו


א סאטמערער וועט קיינמאל נישט עובר זיין אויף דעם, זאלן דאס זיין חסידים פון ק"י, וויליאמסבורג, בעיסוואוטער, ירושלים ב"ב וכו' וכו'.

נישט אז זיי זענען נישט קיין אידן, אבער דער פאקט אז זיי גייען צו די בחירות, בלייבט פאקט.

פונקט ווי אין סקווירא מוז מען זאגן קץ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2005 19:48 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט אינגאנצן דאס נידון דא. ס'הערט זיך אויס אז בעלזא וויל זייער שטארק דאס שלום נאר אין די עדה איז מען נאכנישט מסכים אויף דעם. איך פארשטיי פשוט נישט וואס פעלט דאס אויס פאר בעלזא, בעלזא איז היינטיגען טאג אן אימפעריא, און צוביסלעך ווערט דער בעלזער היינט גערעכענט צווישן די חשובע רעבעס, ווייל ליידער די אלע זקני הדור זענען שוין נישט מיט אונץ. לעומת דעם די עדה חרדית היינט איז אבאנקראט, אויסער דאס כשרות וואס באגלייט מיט גרויסע סיעתא דשמיא, דער עולם איז נישט צו פיל איטרעסינט וואס גייט פאר דארט, און די רבנים זענען שוין אויך נישט קיין גרויסן רעספעקט אין דער ווייטער גאס, אויסער הגאון ר' מאיר בראנדסדארפער שליט"א.דער רב שליט"א וואס איז אגאנץ פיינע דיגע הצלחה איז אבער נישט גערכענט אונדרויסן אלס אפערזענליכקייט, און ארץ ישראל האלט זיך יעדער אינגערמאן חשובער פונעם ירושלימער רב, און איך מיין אז ס'איז נישט אינגאנצן א'גרייז. סאטמער האט ליידער היינט "א'שיינעם פנים" אין די גאס, מיר האבן מער נישט השפעה אויף די ווייטערע, זיי ווארטן אויך די סאטמערע געלט אבער ס'קומט נישט, איז וואס פעלט אויס היינט פארן בעלזער שלום, אפשר די עדה איז אימטרעסירט און דעם.

תוקן על ידי - אינגערמאן - 20/02/2005 21:12:47



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2005 19:50 לינק ישיר 

כ'מיין אז אין קרית יואל האט שוין ר' ירמי' דמן יא געדאווענט פאר'ן עמוד.

אפגעזעהן פון דעם הארבן איסור צו גיין צו די בחירות, איז נישטא קיין שום הוראה אדער רמז פון רבי'ן אז איינער וואס גייט צו די בחירות זאל נישט מעגן צוגיין צום עמוד.

בכלל איז די התבדלות מיט די היימישע אגודי'סטישע קרייזן מיט די יארן געווארן פיל עקסטרעמער ווי ס'איז געווען בימים ההם כשהי' רבינו הקדוש שוכן בתוכינו

די יונגווארג ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס, דער רבי האט קלאר מכבד געווען און מקרב געווען אלע אגודיסטישע רבי'ס מיט וועמען ער איז געקומען אין בארירונג, טראץ וואס ער האט געקענט רעדן קעגן זייער שיטה ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט למען מערכת ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2005 19:56 לינק ישיר 

דער באבובער רב שליט"א לרפוא"ש איז אמאל געווען ביי א חופה ווי דער סאטמארער רבי זי"ע איז געווען אין רבי אברהם לייטנער האט געזאגט אויף איינעם פון די עדות אז זיי זענען פסול ווייל זיי גייען צו די בחירות, האט זיך דער סאטמארער רבי אונגערופען שוטה נישט דאס האב איך געמיינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2005 20:16 לינק ישיר 

אינגערמאן זיסער, ביסט גערעכט. אבער צי איז דא א הוראה פון אדמו"ר מסקווירא אז איינער וואס זאגט נישט קץ טאר נישט צוגיין צום עמוד? מיר אליין האט מען צוגעשיקט שוין עטליכע מאל אין סקווירא צו מנחה ערב שבת, מען האט מיר אנגעזאגט דריי זאכן: 1. קץ. 2. פתח אליהו. 3. ברוך יאמרו. יא הוראה נישט הוראה, דאס איז פארטיי, עס שטארקט די פארטיי, אין סאטמאר האט דאס נאך א שמעק אידישקייט, כאטש אויף למראית עין.

מיינסט אז אין סקווירא קען צוגיין איינער וואס לערנט ליקוטי מוהר"ן? איז דא אן הוראה פון ר' מאטעלע טשערנאבלער אז א ברסלב'ער טאר נישט דאוונען פארן עמוד? אויף הלל ערב פסח מיט א ברכה האבן זיי עפעס א מעשה, נאר וואס דען, סאטמערע פארשטייען אז עס מוז אנהאלטן א התבדלות צווישן די און די, ווען סאטמאר רב האט געלעבט איז אנדערש געווען, שטעלט זיך פאר אז די חברה וועלן לאזן אלע גדרים, וואס וועט זיין מיט קנאות? סאטמאר שטייט שוין איבער 25 יאהר נאך די פטירה פון סאטמאר רב, מען הרג'עט זיך מען קריגט זיך, מען האט זיך שוין געטיילט טויזנט מאל, אבער דאס קנאות איז געבליבן אין די ביינער, און אידן איך זאג אייך, די וועלט שטייט און שטוינט! למשל אין תולדות אברהן יצחק, איז נישט געבליבן קיין זכר פון קנאות, אין סאטמאר, כאטש וואס דער רב פון קרית יואל איז אן איידעם ביי האדמו"ר מוויזניץ לרפו"ש, האלט ער אין איין רעדן קנאות (איך האב אים אליין געהערט דא פאר עטליכע חדשים צוריק). ביטע נישט רעדן קיין שטותים און פאליטיק, איך פארצייל א טרוקענעם פאקט.

איך האלט נישט אז אלס סאטמאר זענען די גבאים באגאנגען אזא פארברעך, פארגלייך עס צו אנדערע פלעצער, למשל שקווירא ווי םריער דערמאנט, אדער ערגעץ אנדערש, יעדער מיט זיין זיידן און מיט זיינע מסורות און קבלות, טוט ווי ער פארשטייט. אז סאטמאר קען נאך אין תשס"ה האבן א פראבלעם מיט די בחירות, האט סאטמאר רב געזיגט הונדערט פראצענט! דאס קנאות פון בעלז, תולדות אברהם יצחק, און נאך אנדערע, איז בטל געווען כעפרא דארעא, אבער אויב איז די מעשה פון ר' ירמיה דמן אמת, האט סאטמאר רב זיכער א קורת רוח בגנזי מרומים, אז אפאר אידן האבן נאך א פראבלעם מיט בחירות, אי זיצט אין ניו יארק און ווייסט נישט וואס טוט זיך אין אה"ק, נישטא קיין ווארט קעגן די מאשין פון די מדינה, די נטורי קרתא - וויסט מען דעך, אבער חוץ דעם איז עולם כמנהגו נוהג, אפאר צעטלעך אין זכרון משה, אמאל זענען די צעטלעך פון די אגודה שוין שטרענגער ווי די פון די עדה, ואכמ"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מתחמם הסכם שלום בין בעלזא להעדה חרדית
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.