| נשלח ב-15/2/2005 10:01 |
|
| |
פון היינט און ווייטער איז יעדער ר'
* די זעלבע פארשלאג מער ווייניגער האב איך ערהאלטן פון עטליכע חשוב'ע שרייבער צו מיר אין אישי *
מיר וואלטן געוואלט זעהן מענטשליכקייט ווען עס קומט צו נעמען פון רבנים נישט קיין חילוק צו ער קען לערנען אדער נישט נישט קיין חילוק צו ער האט א לאנגע בארד אדער נישט,
"דרך ארץ" קדמה לתורה!
מען דארף שרייבן ווי נארמאלע מענטשן
למשל: ר׳ אהרן, ר׳ זלמן לייב, ר׳ ישראל חיים מנשה, ר׳ געציל, ר׳, חיים דוד, ר׳ בעריש, ר׳ מענדל, ר׳ ז''ל פילאפף,
און אוודאי נישט מיט קיין כינויום ווי: חורינער, דזשיגאן, זאלי, מנשה, קעצעלע, אמסטערדאם, יפו׳ער, וכדו׳
און אז מען וויל נישט שרייבען "ר׳"
זאל מען חאטש נישט שרייבן כינויים at least
און מען זאל שרייבן פלעין: אהרן, זלמן לייב, מענדל, חיים הערש, וכו׳
* איינער שרייבט*
איך האלט אז דאס זאל זיין פון די שטרענגסטע געזעצן דא אויפן פורום
ווייל לאו עכברא גנב אלא חורא גנב
דאס געשפעטקייט און ביליגקייט פון אלעמען האטס זיך אנגעהויבן פון די פראבלעם
אז דער גאנצער פורום פארלירט איר מענטשליכקייט און ווערט א טוילעט
* איינער שרייבט *
איך פלעג אויך נוצען די ווערטער נאר כדי צוריקצושטויסן די אנדערע וואס האבן דאס פראוואקירט
און דער מנהל האט זיי דאס צוגעלאזט, אבער איך בין גרייט דאס אפצושטעלן, אויב יעדער טוט דאס.
* ווי אויך *
ווי אויך די וואס נוצען "ניקס" ווי למשל: זאלי, חורינער, וכדו׳ זאלן דאס טוישו צו נישט אפענסיווע נעמען
מיט די נקודה וועט יעדער זעהן גוטע רעזולטאטן, און הנאה האבן
לעולם י־הא ''אדם''! דער עולם וועט זיך לערנען צו זיין מענטשן
* עד כאן *
איך לייג צו א הילכיגן אמן!
קען מען אנהייבן מיט אזא נייע ווירטשאפט? זענט איר גרייט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 13:50 |
|
| |
איך שטיץ זייער שטארק דעם פארשלאג
אינגערמאן
לך בכחך זה והושעת את הפורום!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 15:07 |
|
| |
איך שטיץ אויך דעם פארשלאג צו רייניגן דעם שמוציגן טאן פון דעם פארום, ווי שוין געשריבן עטליכע מאל.
אבער איך האלט אז מען דארף נישט איבערטרייבן.
אזעלכע טיטלען וואס מען וואלט זיך נישט געשעמט צו נוצן אין א נארמאלן שמועס איינער מיטן צווייטן (ווי זאלי אהרוני וכדו'), און בפרט אזעלכע טיטלען וועלכע מען נוצט שוין יארן לאנג אין פריוואטע שמועסן דארפן נישט און זאלן נישט באגרעניצט ווערן, לדעתי העני'.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 16:10 |
|
| |
אינגערמאן כה לחי
איך געב דיר קרעדיט אין איך שטים צו מיט דעם הונדערט פראצענט
אבער איך רעזערוו מיינע רעכטען פאר ווער עס וועט ניצען דעם שמוציגען מהלך עם צו ענטפערען אויף זיין שפראך וואס נאר דאן ווערט ער געוואר אז עס איז א שטעקען מיט צוויי עקען
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 16:35 |
|
| |
איך האלט זייער דערפון. איך זאג אז יעדער זאל שרייבן אזא שפראך וואס ער וואלט גערעדט פארן בי"ד של מעלה! וואס ער וואלט זיך געשעמט צו זאגן דארט, איז דא אויך נישט!
יא יא, לאכט נישט. שויתי ה' לנגדי תמיד איז אויך שייך דא אין היידפארק! די חשוב'ע מנהלי הפארום בעטן זיך, רוב לייענער בעטן זיך, לאמיר זיך נישט לאזן בעטן, און זיי צוליב טון!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 16:37 |
|
| |
דו קלערסט אז דער בית דין של מעלה וויל דייקא אז דו זאלסט זיצן ביים אינטערנעט און רעדן פון דעם ל"ו צדיק פון מאנטריאל און ווי האוערד דיען שרייט ???
איך וויל שוין ענדערש רעדן פון פערד...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 16:51 |
|
| |
זאלי
אויב די האלסט אז זיצען אויף היידפארק איז אן עבירה, זיץ נישט דא. און אפילו אויב די האלסט אז די ביסט עובר איין עבירה, מיינט נישט אז מעק קען טוהען וואס מען וויל.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 17:01 |
|
| |
א גרויסע זאך! די סארט רעדעריי וואס דרייען זיך דא פאסט מער פאר נידריגע גאס מענטשען, די שלל כינויים פון אלע מיני סארטן בעלי חיים פאסט אינגאנצן נישט פאר ערליכע אידן.
איז געקומען דער צייט צוריק גיין צו נארמאליזאציע.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 17:50 |
|
| |
איך האלט מיט דיר אינגערמאן
ר' מיז ווערן גענוצט אלס א מינימום פאר א יעדער רב בישראל וואס 'ער' רעכנט זיך פאר אן ארטאדוקס'ישער רב
און אן אויסנאם
למשל
א פערשוין ווי *ר'* משה טנדלר
יא מ'דארף צולייגען דעם טיטול פון *ר'* אין דערנאך זאגען וואס איהר ווילט דהיינו "זיינע מעשים זענען מעשה רעשות" "זיין קאמפף קעגען מציצה איז עקירת הדת" "ער וועט אראפ גיין אין היסטורי' אויפן שטייגער ווי מענדעלסון," וכו' וכו'
(איהר זעהט כאטש דער חתם סופר ריפט איהם רמ"ד, מיר קענען זאגען סתם מענדלסון ער איז דאך נישט קיין ארטאדאס)
אבער כדי נישט דערנידערן דעם טון פונעם פורום מוז מען האלט א מימימום 'סדר' פון דרך ארץ
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 18:10 |
|
| |
איך שטיץ אויך דעם נייעם מהלך,
אגב דער רבי זי"ע האט געשריבן אויף הרב קוק דאס ווארט
"הרב"
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 15/02/2005 18:14:17
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 18:21 |
|
| |
קוקטס אויף מיינע תגובות, איך האב אייביג געשריבן ר"א אדער רז"ל, יעצט קומט עטץ צום שכל (מענטשליכקייט).
אגב רופן א מענטש ארוני אדער זאלי איז נישט קיין מכנה שם וכו', ווייל אזוי רופט מען די פארטיי, פונקט ווי מעכעליסטן וכדומה, אבער רופן רז"ל זאלי איז יא מכנה שם רע.
אזוי האלט איך.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 19:20 |
|
| |
יישר כח אינגערמאן
הנה אנכי עמך וגו'
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 19:20 |
|
| |
איין סאטמאר'ס לעצטע תגובה איז אויך מיין מיינונג.
און איך פלעג קיינמאל נישט נוצן די כינוים ווי חורינער אמסטערדאמער וכדומה.
אויך דאס ווארט "אהרוני" "זאלוני" פלעג איך אמאל נישט נוצן, נאר ר' אהרנס מענטשן, אבער אזוי ווי במשך די צייט איז דאס ממש געווארן דער נאמען פון די פארטיי (און גדולים וטובים נוצן דעם טערמין, איך האב עס אפילו געהערט נוצן פון א חשוב'ן רב וואס הייסט א אהרוני) האב איך מיך געמוזט צוגעוואוינען, מען זאל פשוט וויסן פון וועמען איך רעד.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 19:26 |
|
| |
איך האב בכלל נישט אנטיילגענומען אין דעם גאנצן וויכוח פון "דזשיגאן" אין כ'האב געשריבן איינמאל אז עס איז אפילו אן קיין טעם, פון ביידע זייטן.
אבער דעם פארשלאג פון ר' בין איך פארקערט פון די מיינוג פון אלע אנדערע, איך פערזענליך קען נישט שרייבן ר' אויף אהרן טייטלבוים ווילאנג ער זיצט אין ערכאות אין ווילאנג ער וועט נישט מפייס זיין ברבים זיין טאטן רבינו שליט"א.
אין איך גיי בל"נ נישט שרייבןאויף אהרן טיילבוים דא כינוי ר'.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 20:31 |
|
| |
חורינער, האסט א פראבלעם מיט *ר'*? דו האב אינזינען אז עס מאכט "רשע" אזוי ווי ר'שע מ'שה ד'עסויער און פארטיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 20:45 |
|
| |
ווער עס קען נישט פועל'ן ביי זיך צו שרייבן ר'
קען שרייבן הר'
איך בעט עוד הפעם די וואס נוצן נאך יא כינוים זאלן ביטע זיך צושטעלן צו די נייע איינפירונג, איר וועט אליין הנאה האבן סוף כל סוף.
|
|
|
|
|