געשריבן אין א אנדער אשכול, אבער איז נוגע דא אויך
קוטשעמע
איי עם וויט יו, אלל די וועי
עקשטיין מיט איחוד מעמבער'ס שרייבערייען, דאס איז די סימפטאם
דהיינו
כולי עלמא מודי - איך רעד נישט פון די שקצים - אז עס מוז זיין גודרים און עסקנים
נישט דאס איז די פראגע, און נישט דאס איז די קרענק
די ריכטיגע קרענק און פראבלעם איז
"ווער" און נאכאמאל "ווער" זענען די עסקנים
און לאמיר קלאר שטעלן מיין מיינונג, כמעט "אלע" עסקנים פון אלע פארטייען, זאלי, אהרוני, נייטראל, וומ"ס, ב"פ, קרית יואל, זענען שמוץ קערער
און ווען איינער ווי קוטשמע האט די חוצפה עס צו זאגן, וואס מיינט איר געשעהט, מען הייבט אן שרייען
שגץ, עס איז דא געפערליכע שקצים אינגן און מוידן ליידער ליידער, און די רעדסט נאך, אזעלעכע און ענליכע תירוצים הייבן אן צו פליען
יא, אמת ואמת, און פארדעם איז די בראך אזוי גרויס, טאקע ווייל עס איז דא "ערנסטע" פראבלעמען, דארף מען האבן "ערענסטע" 'עסקנים' נישט די שטאט,ס ליידיגייער
איך גיי נישט זאגן אז זיי טוען גארנישט אויף, אוודאי טוען זיי אויף פון צייט צו צייט, ושכרם ישולם מן השמים
אבער, זיי מאכן 'פיל' מער שאדן, מיט זייערע ווילדע שטיקן, קרומע קעפ, פארדארבענע מיינונגן
נעמט א ביישפיל הצלה, עס איז קלאר פאר יעדע בר דעת, וואס אזא 'קענסעלעישאן' ברענגט פאר די יוגנט, וואס מיינט איר, אז די בחורים און מיידלעך שמועסן נישט, פארוואס מען האט דאס אפגעשטעלט, אדרבה מיט דעם מישט מען און מען פארשפרייט דעם פראבלעם, און דאס גיסט נאר צו אויל צו פייער
לאמיר פרעגן, וואס וואלט געווען ווען מען נעמט ווען א 50 עסקנים וואס זאלן שטיין על המשמר, און אכטונג געבן אז "וזר" לא יתערב, איז עס דען אזוי שווער,
דאס גורם זיין 'דירעקט' אז די גאנצע יונגט, זאל מישן די טינופת, אז: פארדעם און פאר יענץ, האט מען עס געמוזט אפשטעלן, דער האט דאס געטאן, יענע האט דאס געטאן, און טאקע בפרטיות און פרטי פרטיות, און אויב ווייסט מען נישט קיין פרטים, מאכט מען און מען דמיון'ט אויס פרטים, און דאס טוען די גרויסע און ערוואקסענע בעסער ווי די קינדער,
אבער, שא, וואס הייסט, עס איז דא פראבלעמען, יא, און פארדעם??? פארדעם גיסט מען צו אויל צום פייער
ליידער, דער צוזאם שטעלן, דאס אז אזויפיל בחורים זענען היינט אן ישיבות, אזעלעכע שמוציגע עסקנים - איך ווייס וואס מען וועט מיר באגיסן דא פאר דאס זאגן - דאס און נאר דאס איז שולדיג אין דעם פראבלעם און נישט וואס קוטשמע און אנדערע זענען מפקפק אויף זיי
די פראגע איז נישט אויב עס איז דא א קרענק
יא ליידער איז דא,
אבער די פראגע איז, ווער זענען די דאקטוירים, און וואס פארא רפואות ניצט מען
איין זאך, איך האף אז מער ערענסטע מענטשן, ווי אונז דא, וועלן טאן צו דער זאך, ווייל אז נישט וועט מען אין א יאר ארום קענען שרייבן דא, אסאך גרעסערע הספדים
תוקן על ידי - kjalliance - 26/05/2005 2:17:16
 |
|
|