| נשלח ב-23/2/2005 01:08 |
|
| |
די מיינסט ר' ישראל דוד ווייס ע"ה און נישט להבבחל"ח ר' ישראל דוד וויינבערגער שליט"א דער מוהל מומחה וואס לעבט ב"ה אין איז ב"ה בתוכינו לאורך ימים.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2005 03:20 |
|
| |
שוין ווייטער דער לץ מיט זיינע פארדארבענע ליצנות שטיקלעך.
הער אויף צו פארדארבן דעם פארום !
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2005 03:52 |
|
| |
איך מיין אז עס איז שוין די העכסטע צייט חוסם צו זיין דעם "חילול השם", וועלכער קוקט אויס דורכגעפוילט פון קאפ ביז פיס.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2005 03:54 |
|
| |
weaky, איז דען ליצנות ערגער װי לשון הרע און רכילות אדער מוציא שם רע וכדומה??
פארװאס דיסקרימנירסטע אנטקעגן אײן מין פארדארבּענקײט איבּער די אנדערע?

|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2005 17:50 |
|
| |
שכויח רבי יענקעלע פאר'ן אויפמערקזאם מאכן אויפ'ן טעות. איך האב טאקע געמיינט ר' ישראל דוד ווייס.
פאר'ן ציבור גולשים:
איך מיין אז דא איז א פאסיגע געלעגנהייט, צו זעהן ווי ווייט דאס צמצום גייט פון געוויסע גולשים.
איך שרייב נישט דא לכבודי, עס איז מיר נישט קיין נפקא מינה וואס מ'שרייבט קעגן מיר. און איך בין נישט דא זיך ארום צו טענה'ן מיט די וואס האלטן אנדערש ווי מיר. איך שרייב פאר די וואס האבן הנאה פון דעם סארט געשרייבעכץ, און פאר מיין אייגענע הנאה זיך אויסצוגעבן. איך ענטפער נאר צוריק ווי איך האלט אז עס פעלט זיך אויס, פאר דעם איש הירא ורך הלבב. די וואס ווערן דערשראקן פון די הויעך-שרייערס, און מיינען טאקע, אז עס איז נישט דא וואס צו ענטפערן. מוז מען אמאל בהכרח ענטפערן, און דאן אויך נאר וויפיל עס פעלט אויס.
אויך האב איך שוין געבעטן, און איך וועל נאכאמאל בעטן. אויב קענט איר נישט דערהייבן מיין סטיל, דאן מאכט נישט אויף אן אשכול וואס טראגט מיין [הייליג] נאמען דערויף. לאו כל מוחא סביל דא. איך בין נישט דא קיינעם צו מצער זיין. אויב זענט איר זיך נישט מצער, נאר איר שרייבט די ווערטער סתם לויכוח בעלמא, עס זאל זיין לעבעדיג דא, אדרבה ואדרבה, איך האב ליב אזעלכע חברה, וואס טענה'ן זיך נאר לשם טענה'ן. קומטס לאמיר פארברענגען אינאיינעם, האלטס מיך אין איין אפפרעגן. אויב אבער האט איר צער, פליז, איך וויל נישט זיין דער גורם דערפון.
און חוץ מזה, אויב קומט איר נאכאמאל צוריק קוקן מיין סחורה, איז דאך א סימן אז איר האט אויך הנאה דערפון. נו זעמיר דאך שוה בשוה.
יעצט צום ענין: קוקט'ס אהער. די מעשה פון ישראל דוד ווייס מיט'ן רבי'ן זי"ע, איז באקאנט, און יעדער סאטמארער איד ווייסט דאס נאכצודערציילן פאר זיינע קינדער. און אלע געבן נאך דעם [סאטמארן] שמייכל דערנאך. אזוי יעצט איז דאך דבר בעתו, עס איז חודש אדר, און פונקט האב איך אנגעטראפן דעם בילד, האב איך עס ארויף געשטעלט צו מהנה זיין דעם ציבור.
קומען אפאר מצומצמים, און פארשרייען דאס, מיט 'דורכגעפוילטע ליצנות' וכדו'. איז איינעם דען איינגעפאלן, אז דאס איז אפגע'חוזק'ט פון א דבר שבקדושה? זעהט איינער אין דעם עפעס ליצנות?
קוקטס נאר אויף הרב משפיע'ס תגובה. דאס הייסט געטראכט גראד. און פון דעם וועט איר זעהן, אז די אנדערע פירן נאר אן אגענדע, עס באדערט זיי נישט כבוד שמים. משפיע
פון דעם זאלט איר זעהן א סעמפל אויך אויף אנדערע פעלער. נישט יעדער וואס קען הויעך שרייען, און אפסטעמפלען יענעם מיט זיין מ"ק, מיינט אז דאס איז דער מציאות. ווערט נישט פארלוירן, און ווערט נישט מושפע פון אנדערע מיינונגען.
ירא הקהל וישפוט!
לפני בוא יום ה' הגדול והנורא...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2005 18:28 |
|
| |
משיח, נעם א שובבי"ם תורה פון סאטמאר רב זצ"ל, זוך אפיר די "גוטע שטיקלעך", און לייג ארויף א בילד ווי איינער איז עוסק אין יענעם חטא, און וועסט שרייען אז דו האסט גארנישט געטון
גיי ווייטער אהן מיט דיין שרייבעריי, דער עולם איז זיך ממית ומחיה!
איך גיי נישט אריין אין דעם פרט, וויפיל טומאה און זוהמא דו ביסט אדורך דארט אין יענעם סייט, ביז דו האסט געטראפן א "זויבערע" בילד, און טראנסטפארטירט אהער, בבקשה ממף, לא מעוקצך ולא מעוקצך.
מיר אפעלירן צו דיר: עפ דיר אויף א פורום, מיט איינע פון דיינע טויזנט ניקס, לייג עס אריין אין די קאטעגאריע ווי באלאנגט, און גיב זיך אויס דארט אלע דיינע תאוות, און לאז אונז געמאך!
אפשר, קומט דאס אונז אלס עונש פארן זיין אויף די אינטערנעט? ווער ווייסט, שכר עבירה עבירה, אבער דאס איז זאך א גזירה שאין הציבור יכול לעמוד בה, משיח השם קענסט פארן קיין מעקא, איזמיר, און בודאפעשט, און זיך טרעפן מיט משיחי שקר מוחמד, שבתי צבי און הערצל, און לאז טונז ביטע געמאך!
תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 23/02/2005 18:47:53
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2005 23:05 |
|
| |
א ברכה לבטלה
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2005 23:09 |
|
| |
גראדע איז די טענה פון "בשרירות לבי אלך", גאנץ אן אלטע טענה (אויב דו האסט זיך שוין אמאל דערמיט באגעגנט...).
באמת וואלט איך טאקע נישט געדארפט אריינגיין אין דיינע אשכולות, אבער דו מאכסט זיכער צו שרייבן דיינע פארדארבענע מיינונגען און געמיינע ליצנות'ער אויך אין נארמאלע אשכולות.
מיין כוונה איז נאר צו האלטן אין איין דערמאנען דעם ציבור איבער די שעדליכע סכנה פון ליצנות.
אלס ביישפיל ווי ווייט ליצנות קען פירן, איז גענוג צו כאפן א בליק אויף דיינע "אומשולדיגע" תגובות און אשכולות.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2005 23:14 |
|
| |
משיח
איך זאג נישט קיין מיינונג וועגען דיינע דעות, אבער למעשה איז אויף היידפארק דא איין פוורם וואס איז ריין פון דעות כוזבות אין ליצנות, וואס שטערט דיך עס צו האלטען אזוי?
עס איז דא א פורום עצור כאן חושבים וואס דארט שרייבען די היימישע משכילים, סתם איך האב געמיינט אז די ווילסט וויסען.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2005 23:25 |
|
| |
איך ווייס נישט פארוואס דער עולם דא אין חדשות אנש איז אזוי אקעגן "משיח",
איך האלט אז עס איז גאנץ א בטעמטע דזשאק, אין למעשה איז דאך חודש אדר, נו מעג מען געבן א שמייכל, ער האט קיינעם נישט מבזה געווען אין קיינעם נישט בארעדט, קען איך ענק נאר זאגן PLEASE GET A LIFE.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2005 01:53 |
|
| |
משיח_האַשאַמי:
1) איך האב קיינמאל נישט געהערט די מעשה, כאטש איך בין אויפגעוואקסן אין "סאטמאר", הגם דעם דזשואק האב איך שוין געהערט אבער נישט אויף דעם מענטש, און נישט אויפן רבי'ן ז"ל. האסטו דאס געהערט פון א קראנטן מקור?
2) ר' ישראל דוד וויס ע"ה איז געווען א איד וואס האט זיך אוועקגעגעבן בלב ובנפש ארומצוגין צו שאפן געלט פאר מוסדות התורה, ער האט דערפרייט אסאך אידישע קינדער, און דאס נעמען אזא ביליגן בילד און ארויפלייגן אויפן אינטערנעט מיט זיין נאמען איז פאר אים א שרעקליכער בזיון, וואס ער פארדינט דאס נישט. להערה בעלמא האף איך אז דו וועסט קיינמאל נישט פארשטיין וואס עס מיינט א "נאצי געליטענער", וויפיל צער ועגמת נפש עס איז די אידן געליגן אויפן הארץ, האבנדיג פארלוירן אלעס אין די וועלט. און אז מען האט זיך מחזק געווען און זיך געהאלטן בשמחה, איז נישט געפערליך אז מען האט אמאל געמאכט א "לחיים".
3) ר' ישראל דוד ע"ה האט איבערגעלאזט קינדער אין אייניקלעך וכו', ווען איינער עפנט אן אשכול און זעט אזא בילד איז זיכער אז דאס בלוט קומט אים ארויף אין פנים, איז ווער גיט דיר די רעכט זיך צו לופטערן אויף יענעמס בלוט???
4) דאס איז חוץ משיח האשאמי'ס אפיקורסישע שפראך פון אפלאכן פון "יענע וועלט" און אזעלכע באגריפן וואס זענען בכלל נישט אפען פאר דזשאוקס.
און לאמיר שוין ענדיגן מיט א ווארט פון רבי'ן זי"ע, ווען איינער האט אים געזאגט אז ער ארבעט אין מאנהעטן און ער קוקט אויף פריצות'דיגע נשים און עס שאדט אים נישט, האט דער רבי געזאגט "ווער ווייסט וואס דו האסט שוין אלץ צוזאמענגעזען אז עס שאדט שוין נישט".
לעניננו, "ווער ווייסט ווי ווייט האשאמי האלט שוין אז עס שאדט אים שוין".
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2005 05:47 |
|
| |
עס קען זיין אז עס איז טאקע אן עולה פין משיח צו שרייבען דער מעשה מיט זיין נאמען.
איך האב געהערט די מעשה אויף אן אנדער בדחן, און פין דער אייניקעל פינעם בדחן, אז עס איז געווען מיט זיין זיידע ביים סאטמאר רב.
מפני כבודו לא אזכיר שמו.
אבער דאס וואס מאנכע זאגען אז די בילד איז מיאוס איז סתם איבערגעטריבען.
איך מיז קריטיקירען משיח, פאר אריין מישען יענע וועלט מיט דער בילד. עס קומט נישט אריין.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2005 16:15 |
|
| |
איך וועל איבערשרייבן פון מיין תיבה אישית, וואס איך האב געענטפערט פאר עטליכע וואס האבן מיר געפרעגט:
1. דער בילד פאר זיך איז נישט געמיין, אבער דער פלאץ פון וואו עס קומט, איז גרויליג, וד"ל.
2. דער אויספיר: "רביה"ק האט פאראויסגעזעהן מיט זיינע הייליגע אויגן" און דאס מיינט דעם בילד, בלויז פאר דעם אליין איז ער פסול, מיטן ליצנות פון ערליכע אידן, ווי גלייך סאטמאר רב זצ"ל האט מכוין געווען צו דעם בילד.
3. דער פסוק "אל תוכח לץ" גילט אויך דא. יעדעס ווארט צו זיין חשבון גיט אים חיות. ער האט שוין אנגעפירקלט א גאנצן נייעם אשכול מיט ליצנות פון אלעם, עס איז א שאד יעדעס ווארט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2005 17:37 |
|
| |
נבוכדנאצר, אז א בילד האט אוף זיך א לינק (link) מײנט נישט אז יענער האט דאס גענימען פון יענעם װעבזײט (website). װער באקריגט דען נישט אינטערסאנטע אדער פאָני (funny) בילדער אויף אימעל (email) פון חברים אדער משפחה.
די ביזט דאך אבער געגאנגן צי באקוקען יענעם לינק און לויט וױ די האסט גשריבען האסטו דארט געזען גרויליגע בילדער.
יעצט פרעג איך דיר, װאס האסטו געטראכט די װעסט טרעפען אויף דעם װעבזייט, דברי תורה, בילדער פון צדיקים, אדער װעלטלכע נײעס??
אדער האסטו הנאה געהאט פון דעם בּילד אזױ שטארק אז די ביסט געגאנגען זיכען נאך פון די זעלבע?!

|
|
|
|
|