בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

בחורים ווערן נאכגעשריגן אין וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/2/2005 18:48 לינק ישיר 
בחורים ווערן נאכגעשריגן אין וויליאמסבורג

עס איז מיר א וואונדער, פארוואס האט קיינער נישט געעפנט אן אשכול דערוועגן. א מעשה וואס וויליאמסבורג האט זיך געקאכט, עס איז געווען א סענזאציע וואס איז שוין לאנג נישט געזעהן געווארן. און פונקט דא אויף היידפארק זאל דאס נישט שטיין.

איך בין נישט באקאנט מיט די פרטים פונקטליך, וועגן דעם טאקע האב איך ערווארטעט דא צו געוואויר ווערן מער פון די מעשה. אבער אז ס'איז שוין דורך א וואך, און קיינער שרייבט נישט, מוז איך שרייבן.

פאריגע וואך שבת האט מען נאכגעשריגן בחורים אין וויליאמסבורג. ווייסט איינער וואס, ווען, ווי?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2005 19:13 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2005 19:57 לינק ישיר 

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1289558


מחבר

6:7 20/2/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------

פרייטאג צונאכט הודערטטער מענטשען זענען זיך צוזאם געלאפען מיט איין געשריי אין וויליאמסבורג
()


אזוי ווי ליידער אין יעדען אידישען אין היימישען געגענט איז ליידער דא היימישע בחורים וואס פאלען ארויס פין די ישיבות אין גייען נעבעך מטה מטה עד דיוטא התחתונה אין אז זיי גייען זיך אין פארדארבען נישט אנדערע איז איין זאך
אבער אזוי ווי זיי גייען מיט הסתה אין עס ממש געקומען צו א מצב פין הפקר אין קיין שום עיצה פין אישי ציבור אין רבנים וואס האבן שוין מיט אלע וועגן פראבירט עס צו באהאנדלען אבער עס ליידער נישט אויפגעטוען
אין אזוי ווי זייהאבן זיך איינגעפירט א נייעם מנהג אפצווואטען ביי שמחה זאלען מיידלעך אין זיי נאך לאקעראן
אויף א שרעקליכען אויפן אין אלע עיצות האבן נישט געהאלפען האבן זיך צוזאם גענמען א דרייסיג אינגלייט דעם שבת ביי די זאלען אין אפגעווארט די שקצים אין באזינגען מיט די ריכטיגע טענער אין די גאס איז שווארטץ געווען פינעם עולם וואס איז זיך צוזאם געלאפען אין זיי האבן מיט זייער עזות זיך געמוזט אפטראגען (מפני תקנות הפורם קען איך נישט שרייבען די נעמען אבער דער וועד הצניעות האט איבער געגעבען די נעמען אין דיאס באזינגען איז געגאנגען מיט די נעמען
יודעי דבר זאגען אז אויב עס וועט אויספעלען וועט מען אריימישען די פאלציי אפצןשטעלן דעם השחתה למען ישמעו ויראו
גראדע איז געוועען רוב דוקא נישט פין די חאניאקעס נאר די בעסערע מענטשען וואס זיי זענען נעבעך די באטראפענע וואס האבן געשריגען נעבעך פין ווייטאג

תוקן על ידי - ekstein - 20/02/2005 6:29:58
ekstein




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2005 21:37 לינק ישיר 

קודם כל אנטשולדיגט, איך האב נישט באמערקט די הודעה.

יעצט צום ענין, איך האב געליינט די הודעה פון הרב עקשטיין. אבער עס קוקט מיר אויס אביסל פארנעפלט, אפשר קען מיר איינער קלאר שטעלן דאס פאלגנדע:

א. אבער אזוי ווי זיי גייען מיט הסתה אין עס ממש געקומען צו א מצב פין הפקר

פון וואס פאר א הסתה רעדסטו? ווי איז צוגעקומען א מצב פון הפקר? איך זעה נישט קיין הפקרות אין די גאסן. מ'הערט נישט פון קיין שום מעשיות וואס זאל פאר גיין אין וויליאמסבורג.

ב. קיין שום עיצה פין אישי ציבור אין רבנים וואס האבן שוין מיט אלע וועגן פראבירט עס צו באהאנדלען

וואס למשל האט מען שוין געטוהן צו באהאנדלען די בחורים? און ווער זענען די רבנים און אישי ציבור וואס האבן געטוהן דערין?

ג. זייהאבן זיך איינגעפירט א נייעם מנהג אפצווואטען ביי שמחה זאלען מיידלעך אין זיי נאך לאקעראן

עפעס הערט זיך אין דעם נישט רעאליסטיש. עס גלייבט זיך נישט אז דער מהלך זאל עושה פירות זיין. ווער עס פארשטייט די עמקות פון דעם ענין, און די טבעיות פון מענטשן, פארשטייט אז אזא מהלך ארבעט נישט. און אויך וואלט מען דאך עס געזעהן אין די גאסן, עס וואלט אוודאי געווארן א געפערליכער שטינק. חוץ מזה וואס א בחור וואס טוט אזא זאך, דארף זיין זייער הינטערשטעליג, ווייל עס פעלט נישט היינט גרינגערע און מער סאפיסטיקירטע עצות, אויב וויל מען צו עפעס צוקומען.

ד. אין זיי האבן מיט זייער עזות זיך געמוזט אפטראגען

אויב האבן זיי עזות, האבן זיי זיך נישט געמוזט אפטראגן. און אויב האבן זיי זיך אפגעטראגן, האבן זיי נישט קיין עזות.

ה. דער וועד הצניעות האט איבער געגעבען די נעמען

אפשר קען מען אויך איבער געבן די נעמען פונ'ם וועד הצניעות. עס איז זייער גרינג פאר א מענטש צו באהאלטן זיין שטינק אונטער א נאמען פון א וועד. אפשר קען מיר איינער זאגן נעמען, ווער פונקטליך שטייט אונטער דעם? ווער האט ארגאנאזירט די מחאה? ווער פונקטליך האט זיך באטייליגט?

ו. אין דיאס באזינגען איז געגאנגען מיט די נעמען

וועלכער רב האט מאשר געווען אזא סארט מחאה? וועלכער גדול בישראל האט גענומען אויף זיך דעם אחריות פון די מחאה? אויב איז דער ציל געווען זיי צו פארטרייבן פון דארט, פארוואס דארף מען אויסרופן נעמען. אויב האט מען זיי געוואלט פארשעמען, קען מען דאך אויסהענגען צעטלען אין די בתי מדרשים.

ז. 'יודע דבר' זאגען

ווער זענען זיי?

ח. נאר די בעסערע מענטשען וואס זיי זענען נעבעך די באטראפענע וואס האבן געשריגען נעבעך פין ווייטאג

טאקע נעבעך. אבער איך פארשטיי נישט, אויב זענען זיי בעסערע מענטשן, וואס לכאורה ווי איך פארשטיי מיינסטו, די מער מאדערעניזירטע מענטשן פון וויליאמסבורג. נו האבן זיי דאך נישט געגעבן דעם בעסטן און פרומסטן חינוך פאר זייערע קינדער. און מן הסתם זייערע טעכטער גייען אויסגעלאסן אויף די גאס כידוע לכל תושב ווילי. נו וואס פאר א טענה איז דען דא. מה יעשה הבן שלא יחטא. זאלן זיי זיך באגראבן פאר בושה, אויף דעם פארפוילטן און דורכגעפאלענעם חינוך וואס זיי האבן געגעבן פאר די קינדער, נישט לויפן אויף די גאסן און אנלייגן די שולד אויף א צווייטן.

חוץ וואס איך פארשטיי נישט, ווער האט זיי גערופן? ווער האט זיי מאחד געווען? איז געווען אפשר א טשעין-קאל פאר אלע טאטעס:
האט איר א פארדארבענע טאכטער? דאן קומט ארויס דעם פרייטאג צונאכטס אנווארפן די שולד אויף א בחור.

צום שלוס: די גאנצע מעשה מאכט נישט קיין 'סענטס'. אפשר קען איינער ווארפן ליכט אויפ'ן ענין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2005 02:09 לינק ישיר 

ביי אונז אידען איז די סדר אז ווען א פרוי איז .. איז "ער" שולדיג. איך ווייס נישט פין ווי עס נעמט זיך דער השגה. לדידי שטייען ביידע גלייך און ביידע זענען גלייך שולדיג.

תוקן על ידי - אינגערמאן - 28/02/2005 4:59:09



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2005 02:25 לינק ישיר 

איך גיי נישט זאגען קיין דעה פארן וועד הצניעות, ווייל איך קען נישט די פרשה, הגם פון זייער עבר קען מען זען אז דער וועד איז געפירט פון ווילדע מענטשען אין נישט פון מיושבדיגע תלמידי חכמים אדער בעלי בתים.

אבער האט איינער אפשר אמאל פרובירט צו העלפען די שוואכערע בחורים, אין זיי מחזק זיין דורך מאכען מסגרות פאר זיי אויף לערנען אין אנדערע זאכען?

אדער פרובירט מען נאר דעם צא ממחנינו, אין מען שפירט נישט קיין שום אחריות פאר זיי, אין פאר זייער משפחות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2005 02:30 לינק ישיר 

למעשה אויב איז אמת אז זיי זענען געשטאנען און געווארט אויף מיידלעך, מאכט סענס צו שרייען אויף זיי, ווייל ווען דער פייער ברענט לעשט מען, מען איז נישט דעמאלס חוקר ודורש.

למעשה איז דא אסאך וואס זענען עוסק מיט אזעלכע בחורים, און עס איז זייער שווער פאר זיי ווייל אויב די טרעפסט שוין א דזאב ווער ער ערגער ער באקענט זיך מיט מער מאדערנע מיידלעך וכו'.

קענסט טוהען אין דעם אליינס און די וועסט זיך איבערצייגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > בחורים ווערן נאכגעשריגן אין וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext