בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

נשבה ארון הקודש: הגה"ק מקאשוי זי"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/3/2005 17:09 לינק ישיר 
נשבה ארון הקודש: הגה"ק מקאשוי זי"ע

איצט האב איך באקומען די שרעקליכע בשורה רעה אז כ"ק מרן הגאון הקדוש שר התורה והיראה רבי רפאל בלום זי"ע גאב"ד קאשוי איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2005 17:21 לינק ישיר 

ברוך דיין האמת!

אוי מי יתן לנו תמורתו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2005 17:21 לינק ישיר 

ברוך דין האמת!
משיירי כנסת הגדולה. דער הייליגער קאשויער רב רבי שאול בראך זצוק"ך האט געזאגט אויף איהם אשרי יולדתו.
מיט וועמן האבן מיר געבליבן און אינערע דור שפל? מ'דארף רייסן וועלטן אויפן הייליגער רבין שליט"א דער לעצטער שריד פון דור דעה זאל באלייכטן אונזער דור נאך רבות בשנים.
יתומים אנחנו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2005 17:23 לינק ישיר 

זייענדיג און הויכן עלטער פון 98 יאר איז ער נתבקש געווארן לישיבה של מעלה.

אהה ! תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים

ספדי תורה כי נפל נזרך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2005 17:24 לינק ישיר 

ווי גייט זיין מקום מנוחתו?



תוקן על ידי - סיני_ארי - 01/03/2005 17:34:17



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2005 17:29 לינק ישיר 

איצט הער איך אז מ'ווייסט נאכנישט ווען עס וועט זיין די לווי', ווייל בנו בכורו הגה"צ רבי אליעזר חיים שליט"א געפונט זיך איצט אין לאנדאן הבירה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2005 17:29 לינק ישיר 

וואו און ווען גייט זיין די לוי'?



תוקן על ידי - menchele - 01/03/2005 17:41:43



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2005 17:33 לינק ישיר 

עס איז שױן דא א בית החײם אין קרית קאשױ
עס האט זיך געפענט בערך תשמ״ו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2005 17:54 לינק ישיר 

כאטש האבן אידן פון איבער די וועלט געהאט די זכיה צו כאפן א בליק אויף די צורה בשעת ניחום אבלים אויף די רביצין עטליכע חדשים צוריק

הוי מי יתן לנו תמורתו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2005 18:14 לינק ישיר 

יעצט געהערט, די לוי' גייט זיין שפעט ביינאכט אין שטעטל, ר' אליעזר חיים קומט אן פון לאנדאן בערך 7:00



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2005 18:27 לינק ישיר 

ברוך דיין האמת!

וויפיל קינדער איז דא? זון/איידעמער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2005 18:44 לינק ישיר 

די לויה איז פאררופן אויף 3:00 אזייגער אין קרית קאשוי, בעדפארד הילס.

מען בעט מען זאל נישט קומען מיט קיין קארס ווייל עס איז נישטא גענוג פארקינג, אלעס ארום איז פארלייגט מיט שניי.

עס ווערן ערווארטעט רבבות אידן וואס וועלן קומען אפגעבן דעם לעצטן כבוד פאר דעם צדיק וגדול, דער הייליגער קאשויער רב זי"ע וואס איז נתעצם געווארן מקדושת התורה פאר וועלכע ער האט זיך געמארדעוועט כל ימיו בקדושה ובטהרה. זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2005 19:10 לינק ישיר 

זאג נאר געזעגענען, די ביזט דאך פון די יודעי דבר, דער סאטמארער רבי וועט אהיימקומען צו די לוי'?



תוקן על ידי - שדים_טאנץ - 01/03/2005 19:13:49



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2005 19:21 לינק ישיר 

א איד וואס האט כל ימיו גילערענט כמעט "18" שעה א מעל"ע
כך שמעתי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2005 19:23 לינק ישיר 

זאג נאר שדים טאנץ, די ביזט דאך פון די יודעי דבר, ר' אהרן וועט זיך משתתף זיין ביי די לוי'?


תוקן על ידי - אינהכינמי - 01/03/2005 20:59:37



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2005 19:26 לינק ישיר 

90

גוט געפרעגט.

פריער האב איך גערעדט צו בעל הפגום.
און ער זאגט אז ווען עפר"א לפומי"ה וועט מקוים ווערן, וועט ער גיין.

וויפיל אזייגער, בערך, וועט דאס פארקומען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > נשבה ארון הקודש: הגה"ק מקאשוי זי"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 9 10 11 לדף הבא סך הכל 11 דפים.

bholext