בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

נשבה ארון הקודש: הגה"ק מקאשוי זי"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/3/2005 00:14 לינק ישיר 

איך גיי נישט רעדן ח"ו אויף קיין שוכני עפר, און בפרט אויף קיין תלמידי חכמים.

אבער עס איז מיר שוין יארן לאנג שווער א קשיא, און איך וויל באמת הערן דערויף א תירוץ.

דער קאשויער רב האט געזאגט פאר כ"ק רבינו שליט"א אז מען האט געגעסן דרייסיג יאר נבילות און טריפות אין אמעריקע.

נניח אז ער האט געהאלטן אז דער רבי זי"ע האט נישט געטויגט צו השגחות, וכדו'.

אבער פארוואס האט ער געשוויגן די אלע יארן ???

עס איז קלאר אז דער קאשויער רב דער מדקדק על קלה כבחמורה איז זיכער נאכגעגאנגען וואס עס ווערט געטון אין די שעכט הייזער, בפרט אויב ער האט נישט געטרויט רביה"ק זי"ע.

און אויב אזוי פארוואס האט ער געשוויגן ???

(און בכלל וואו איז דער אחריות פון א מנהיג ישראל, טויזנטער אידן עסן נבילות וטריפות, און יעצט איז דא א מעגליכקייט צו פאררעכטן, און וועגן אייגענע טירחות איז מען גרייט אז אזויפיל אידן זאלן נכשל ווערן ???)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2005 00:53 לינק ישיר 

מצורף קובץ

קיט"ל קר"י רעדט דרשות קעגן קאשוי'ער רב זי"ע

שבת קודש ווען ער זידלט עם בעדפארד הילס, נער עשרת הדברות וכו'.

ביים קדושת יו"ט יארצייט, דברי נבלה עפרא לפומיה, רעכענט אויס זיינע "עבירות" פון "הצלה" - "פראדדזעקס".

ווען די וועלט האט אנגעהויבן רודערן, האט אים מתתי' דייטש געהייסן שיקן אן "התנצלות" בריוו, וועלכע באקומט דעם נאמען:

כלבין דחצופין בריוו





תוקן על ידי - יוסף90 - 02/03/2005 1:09:16



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 00:56 לינק ישיר 

מצורף קובץ


דער הייליגער קאשוי'ער רב זי"ע שיקט צוריק א בריוו מיט זיין תלמיד הרה"ח ר' שלמה זלמן סאנדער הי"ו

דא האט איר א קאפיע פונעם כת"י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 01:03 לינק ישיר 

מצורף קובץ

און דעם מכתב קודש שרייבט קאשוי'ער רב זי"ע אז ער האט נישט קיין הקפדה אויף קיין נפש מישראל, און ער רעכענט אלע עבירות וואס קיט"ל קר"י איז לקוי.


דער בריוו איז ממש א מוסר ספר, א שטיק "יסוד שורש העבודה"





תוקן על ידי - יוסף90 - 02/03/2005 1:09:52



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 01:06 לינק ישיר 

יוסף90 "דער הייליגער קאשויער רב זי"ע"?
שעם דיך נישט ארויפצולייגן דעם בריוו וואס דער סאטמארער רבי שליט"א האט געשריבן קעגן אים, אז ער שרייבט א גאנצן בריוו און דערמאנט נישט קיין ווארט דברי תורה וכו'
די האסט זיכער דעם בריוו אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 01:09 לינק ישיר 

שדים

איצט קענסטו שוין שעלטן אין שרייבן וואס די וויסט

ווען דער געמיטער איז אונטערגעהיצט בין איך צופרידן


באלד גייט "מן הסתם"
ארויפלייגן זיינע פאשקעווילן וואס ער האט דעמאלץ געמאכט אין אפיס אין מתיבתא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 01:13 לינק ישיר 

נישט פארגעסן

אז די בריוו איז קעגן רבינו שליט"א וואס ער האט זיך מוסר געווען געווען בדם לבבו פארן סקול דיסטריקט
אין רבינו שליט"א איז געווען דער וואס האט געהייסן ארויסווארפן אין שרייען "שייגעץ ארויס"

תוקן על ידי - getme - 02/03/2005 1:18:42



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 01:18 לינק ישיר 

היינט קען מען זעהן ווי קיט"ל בקר"י האט פארפאקט זיין טאטנס כבוד.

היינט זעט מען אז ער האט נאר געמיינט זיך מיט נאכאמאל זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 01:30 לינק ישיר 

90 איך וואין אין ק"י איך וויס נישט וויאזוי מען זעט אז ער האט פארפאקט זיין טאטע אין ער מיינט זיך

אבער דאס איז זיכער אז די בישות די לעצטע זעקס יאר וואס זלמן לייב האט פארשאפט פאר זיין טאטע וואס איז געשטאנענן ברומו של עולם.
דאס האט ער זיכער געמיינט זיך אין נישט זיין טאטן
בפרט שמחת תורה נישט לאזן א אלטן טאטען א רבי טאנצן הקפות אין זיין אייגענע שיל
חתנות פין עיר אייניקל וכדומה
דאס איז אלעס איז מן הסתם ריין לשם שמים

תוקן על ידי - getme - 02/03/2005 1:34:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 02:27 לינק ישיר 

איך זע אז קיינער האט נאך דערווייל נישט קיין תירוץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2005 02:34 לינק ישיר 

דער קאשוי'ער רב זצ"ל האט זייער גוט ארויס געהאט דער כאראקטער פונעם קיט"ל בקר"י

אין מיר דארפן גארנישט צולייגן צו זיינע ווערטער

צוואה היא לדורות הבאים !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 04:47 לינק ישיר 

רבותי!
גענוג איז גענוג!

איך בין מוחה
אויפן כבוד פון רביה''ק מסטמאר שליט''א
און להבחל''ח אדמו''ר מקאשוי זצוק''ל
וואס ווערט פארשוועכט מיטן דעבאטירן
אלטע געשעהנישן וואס זיי האבן לוחם געווען א מלחמתה של תורה,
עס איז נישט אונזער מדריגה און אוודאי נישט אונזער דעת דן צו זיין אין די זאכען
און כל שכן צו חלילה פוגם זיין בכבוד התורה

דעריבער קלאפ איך אויס אויפן באלעמער דא בכל לשון של בקשה
הערטס אויף מיט אייערע וואנזיניגע דוסקוסיעס און זייטס נישט פוגע בכבוד פון ענקערע אייגענעם רבי׳ן ה׳ יאריך ימים ושנותיו בטוב ובנעימים

און פאר דעם איש שדה פון איזראעל וואס מצודתו פרוסה עד אמעריקא וואס הייטערט דא און לייגט גאזאלין אויף פייער כדרכו וכמנהגו
בעט איך באזהרה
מאך צו דיין זיפער
און שווייג
ווייל נישט נאר וואס די ברענגסט א בזיון אויפן הייליגן נפטר זיעוכי''א
ביסטו אויך גורם א שרעקליכען פגיעה בכבוד פון רבינו מסאטמאר שליט''א

רבותי! פארטיג!
change subjects



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2005 04:52 לינק ישיר 

ווער איז ממלא מקום?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 05:25 לינק ישיר 

ס'איז דא 15 ממלא מקום'ס.

די מחלוקה ציהט זיך שוין עטליכע יאר, און איך בין א פערזענליכער עדות צו א טייל דערפון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2005 05:42 לינק ישיר 

באריכט פון לוי':

מאסן קארס אין באסעס זענען געקומען צו פארן, ביים אריינגאנג צום ענטרענס אויפן ראוד זענען געשטאנען קארס פאר בערך א מייל ווייט.

די לוי' האט זיך אנגעהויבן בערך 5:15, זייט 4:30 איז נישט געווען מעגליך אריינצוקומען אין ביהמ"ד, סיז געווען געשטאפט ממש מ'האט נישט געקענט אריינשטופן א נאדל (די ביהמ"ד איז בערך אזוי גרויס ווי סאטמאר-קליימער), ס'האט געדארט א שטיק צייט ביז מ'האט געקענט אריינברענגען דעם ארון.

מ'איז געשטאנען אויפן גאס און אין אלע שטיבלעך ארום, א געוואלדיגער ציבור, צענדליגער טויזענטער, בלי גוזמא, פון אלע שיכטן און קרייזן, חסידישע, ליטווישע, ארונים, זלמונים, אלעס איז דארט געווען.

ווי נאר עס האט זיך אנגעהויבן די הספדים האט זיך אנגעהויבן א שרייערע "הצלה! הצלה!" פון די געדרענג אין ביהמ"ד.

עס האבן מספיד געווען מיט בכיות נוראות די זוהנען מיט די איידעמער, די איינציגסטער פרעמדער רב וואס האט מספיד געווען איז געווען די ירושלימער רב שליט"א, אויך האט מספיד געווען בשם כל התלמידים דער קאזלאווער רב און האט מכתיר געווען דעם בכור ר' אליעזר חיים אלס ממלא מקום, אויך האט זיך געזעגנט דער גבאי פון רבין, די הספדים האבן זיך געענדיגט בערך 8:00, נאכדעם האט מען געמאכט הקפות אין מ'איז ארויס צום פעלד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > נשבה ארון הקודש: הגה"ק מקאשוי זי"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 ... 9 10 11 לדף הבא סך הכל 11 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.