בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

נשבה ארון הקודש: הגה"ק מקאשוי זי"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/3/2005 08:48 לינק ישיר 

ווער עס האט א בילד זאל מוחל זיין ארויף לייגן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2005 13:51 לינק ישיר 

מתוך הודעת האבל של העדה החרדית:

"ראש וראשון לכל מערכות הקודש להגן על דת תוה"ק החינוך הטהור, הצניעות והטהרה במסירות נפש, שומר נאמן לעדת הקודש בירושלים, מנהיג ומקים של תלמידים בדע"ק הברורה והנקיה נגד סכנת הציונות וגירוריה והגן בחרוף נפש על עדתינו הק'"





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 14:22 לינק ישיר 

Thousands attend grand rabbi's funeral

By GARY STERN
[email protected]
THE JOURNAL NEWS
(Original publication: March 2, 2005)


Thousands of Hasidic Jews from Brooklyn and elsewhere came to Bedford yesterday to pay their respects to Grand Rabbi Rafael Blum, who founded the Kasho Hasidic community during the 1970s and established the Kasho yeshiva in town shortly thereafter.

Blum died yesterday in New York City and his body was brought to the community's 169-acre Bedford campus, which includes a cemetery. Blum was believed to be in his mid-90s.

Bedford police started directing traffic hours before a late afternoon funeral as bearded Hasidic men in black hats began arriving by car, bus and train. State police, Westchester County police and other departments were brought in for support, and Bedford police closed off Haines Road, which leads to the Kasho estate's main entrance.

"We were asked to keep everybody away except for the Hasidic community," Bedford Police Lt. Robert Mazurak said.

The Kasho community — sometimes spelled Kashau — is named for an industrial city in eastern Slovakia that, at various times over the centuries, belonged to Austria, Hungary and Czechoslovakia. Blum survived the Holocaust, then fled Czechoslovakia's Communist government in 1948, settling in Brooklyn, where he established a yeshiva in the Williamsburg section.

In 1977, the community bought the Hillcrest Center for Children in Bedford Hills and established a yeshiva, known as Kahal Adas Kashau. Male students study Torah and Talmud there, having little contact with the outside world.

Blum still had many followers and students in Williamsburg, where hundreds would line up on Rosh Hashana to receive a new year's blessing from the grand rabbi.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 14:26 לינק ישיר 

March 2, 2005
recordonline.com

Kiryas Joel
Hasidim mourn death of prominent rabbi


Thousands of Hasidic Jews poured into the sleepy Westchester County hamlet of Bedford Hills yesterday for a funeral of one of the world's oldest and most prominent Hasidic rabbis.
Rabbi Rafael Blum, who ran a rabbinical college in Bedford Hills called Ohel Schmuel of Kashau, is said to have died yesterday morning at Mount Sinai Hospital in Manhattan at age 95. His body was brought to Bedford Hills to be buried at the Cemetery of Congregation Kashau as soon as possible, following Jewish tradition.
Twenty to 25 charter buses brought mourners from the Hasidic community of Kiryas Joel to the Westchester cemetery, said Pinkus Jakobowitz, leader of a social services organization called the Kiryas Joel Community Council.
Blum, who led the Kashau Hasidic sect named for the place in Hungary where he came from, helped rebuild the ultra-Orthodox community after the Holocaust and was one of the last surviving rabbis from that era, Jakobowitz said.

Chris McKenna



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 19:17 לינק ישיר 

לוי' קרישקעלעך
די ווילדיש פון קרית יואל האט אנגעפירט די לוי', זיי האבן געפירט די ארדענוג, און די גאנצע פאבליק סעפטי אלע קארס מאבל זענען דארט געווען, ווי אזוי האבן די קאשוי געמעגט נהנה זיין פון סקול דיסטריקט?
קרית יואל רב שליט"א איז געווען ביי די לוי'.
ר' זלמן לייב איז נישט געווען ווייל ער האט געבלאזען אז מען האט אים נישט מכבד געווען מיט קיין דרשה.
זיין איידעם פון ווימ"ס הרב אילאוויטש האט גערעדט וועגן די חלב פרשה און מוחה געווען אז מען טאר נישט עסן בהמה פלייש, די סאטמארע דארט זאלונים אהרונים האבן אים געוואלט צורייסן.
קרית יואל רב האט היינט געהאלטן א הספד אין די גרויסע ישיבה און נאכמאל איבערגעבעטן.
די ביהמ"ד אין קאשוי איז בערך 3000 פיס עס איז געווען געפאקט.
צוליב די געדרענג זענען רוב רבנים און מענשטען געשטאנען ארום אויף די גאס וואס איז נישט געווען מסודר צוליב די שניי.
עס איז דא א בריוו ווי ער שרייבט ביי די חלב פרשה אויף הרב פרידמאן ראב"ד ודיין ווימ"ס מיטן שפעט נאמען מר. פרידמאן.

תוקן על ידי - אינהכינמי - 02/03/2005 20:01:15



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 19:42 לינק ישיר 

יושנה

איך האב זייער הנאה געהאט פון דיינע ווערטער

די ביזסט דער לעצטע וואס קען רעדן פון רבינ'ס כבוד אין קאשוי'ער רב'ס כבוד.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 19:57 לינק ישיר 

איך זעה אז דער עולם רעדט ווייטער פון די חלב פרשה וועל איך זאגן וואס עס קוועטשט מיר

1. משה בער!
ווען האט הגה"ק מקאשוי זצ"ל געזאגט
אז דער סאטמאר'ער רבי זצ"ל האט "מאכיל נבילות וטריפות געווען טויזענטער אידן"!!

2. דער רבי זי"ע (מסאטמער) האט אוועגעשטעלט א שחיטה מהודרת דא און אמעריקא זאל זיין אויסגעהלטן ווי עס דארף צו זיין(און ער האט אפילו געשיקט מען זאל פרעגן דעם מנחת יצחק וועגן שחיטה עמידה און ער איז לכתחילה מתיר)
עכ"פ האט דער רבי געגעבן א הכשר אויף די פלייש עד ביאת הגואל אז די בעלי בתים קענען טוען וואס מען וויל און נישט מנקר זיין די חלקים וואס מען האט אלע מאל מנקר געווען ע"פ המסורה לנו
ווי קומט דא אריין אז דער סאטמאר'ער רבי זצ"ל האט "מאכיל נבילות וטריפות געווען טויזענטער אידן"!!
איז דען דא א תשובה און דברי יואל אז דאס איז נישט קיין חלב?

קאשוי רב האט סה"כ פארפירט אז מען זאל נישט פארקויפן קיין חלב אלץ פלייש און אנשאט דן זיין דעם ענין האט מען געמאכט ליצנות
און ארץ ישראל ביי די עדה איז קיינמאל געווען א פראבלעם ווייל ווען איינער האט נער עפעס מעורר געווען האט מען גלייך מתקן געוון חומרות והידורים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 20:23 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 20:31 לינק ישיר 

מצורף קובץ

תמונות זיו קדשו פון הגה"ק גאב"ד קאשוי זצ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 21:01 לינק ישיר 

יא, כאב געזען דארט וויטריאל פון די ק.י. פובליק סעיפטי אנפירן די טרעפיק, אויך האבעך געזען ק.י. הצלה יונגעלייט באהאנדלען די פאר'חלשטע, אויך איז געווען דארט אפאר בני יואל באסעס, כ'ווייס נישט צו סיז געווען פארן סתם המון אדער פארן חדר, ווייל ווי כאב פארשטאנען פון א קינד וואס כאב פערצופאל געזעהן שמועסן אז די בני יואל חדר איז עמטליך געקומען.

איך בעט דעם עולם, מ'זאל זיך נישט לאזן פראוואקצירן פון דעם "לץ" יוסף90, ער ווייס צו זאגן פונעם קאשויער רב פונקט ווי פון די ספעיס שאטטעל, יעצט איז נישט די זמן פאר קיין לצנות, קאשויער רב האט דאס אלס ממאס געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 21:15 לינק ישיר 

היינט האט דער רב פון סקול דיסטריקט געבעטן מוחל דעם קאשוי'ער רב אויף די ביליגע זידלערייען וואס ער האט געלאזט הערן קעגן אים בחייו.


ער האט געזאגט בתוך דבריו אין ישיבה, אז ער האט אים בחייו געשיקט א פאר שלוחים מפייס זיין איך ווייס אבער נישט צו עס איז אנגעקומען צו אים.

דער פראבלעם איז נאר אז זיינע ווערטער האט דעם זעלבן פניו ווי א משלחו וחוזרת, ווייל דעם זעלבן שפיל גייט ער דאך מאכן מיט זיין אייגענעם טאטן.

היינט איז ער אים מבזה, יארן שפעטער וועט ער אים איבערבעטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 21:34 לינק ישיר 

אהרן טייטלבוים איז א לץ
אהרן טייטלבוים איז א ביליגער שוי שפילער
אהרן טייטלבוים איז א משלחת וחוזרת

אבער.... די אינטערשטע שורה איז:

ער האט קליגע מענטשן ארום זיך!


דער בעל שקל שלם...
האט שוטים, מטורפים, און ציווידעוועטע יונגלעך ארום זיך.
און האבן אים געראטן נעכטן נישט צו גיין צו די לוי', וויבאלד ער וועט נישט רעדן...

דאס איז דער חילוק צווישן די צוויי ברידערס
ואידך זיל גמור!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2005 22:24 לינק ישיר 

http://www.israel613.com/SHCHITA3.htm



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 22:25 לינק ישיר 

עס איז נישטא וואס צו רעדן אז מען דארף באגריסן ר' אהרן'ס בקשת מחילה דרשה. ואין הקב"ה מקפח אפילו שכר שיחה נאה...

איך בין נאר נייגעריג נאכדעם וואס ר' אהרן אנערקענט אז ער האט שלעכט געטאן מיט מבזה זיין דעם צדיק וקדוש זי"ע, וואס איז מיט די אלע הונדערער צאן קדשים וועלכע זענען געווארן אנגעהעצט און גערעדט דברי דופי קעגן דעם צדיק, דארפן זיי עקסטער איבערבעטן אדער זיי האבן יוצא געווען מיט ר' אהרן'ס דרשה?

הגם איך בין זיכער אז דער הצדיק מקאשוי זצ"ל האט נישט געהאט קיין קפידא אויף קיין שום איד, און ווען ער האט געזאגט יעדע נאכט "הרינו מוחל", איז דאס געווען פון גאנצן הארץ, אבער דאך איז דא א חיוב פון איבערבעטן! און א חיוב פון תשובה טאן!

אפשר וואלט געווען א פלאן די רבנים זאלן ארויסגעבן א תשובה קעגן די אלע וואס האבן אים מבזה געווען.


דאס איז זיכער בלי שום ספק, אז גאנץ כלל ישראל איז מחויב צו דאנקען דעם קאשויער רב מיט זיין קאמף פאר אידישקייט, ער האט געווארפן א פחד אויף אלע מחריבי הדת זיי זאלן ציטערן פאר השי"ת.

פון "גרעסטען" ביזן קלענסטן האבן געמוזט טראכטן פאר יעדע זאך "וואס וועט דער קאשויער רב זאגן?".

און דאס איז געווען די סיבה פונעם קאמף קעגן אים, מען זאל פטור ווערן פון אים און ער זאל אויפהערן צו קריטיקירן. למעשה האט מען זיך אסאך ספיקות'דיגע זאכן צוריקגעהאלטן וועגן אים.

יעצט לאחר פטירתו זעט מען אז ער האט עס געמיינט לשם שמים, און אלע זיינע שונאים האבן זיך אונטערגעבראכן פאר אים.

אשרי לו שזכה וזיכה את הרבים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 22:28 לינק ישיר 

איך וויל פארשטיין איין זאך

וואס איז די עוולה אז א איד האלט א דרשה אז ער בעט איבער א גדול?

ווי ווייט מיין אינפארמאציע גייט, האט האדמו"ר מסאטמאר פארשעמט און גערעדט ברבים קעגן הרב ממאנטיוידעא, און ער האט אים קיינמאל נישט איבערגעבעטן, אבער עפעס איז געווארן א שינוי, דאס זעלבע מיט הגאב"ד קאשוי זצ"ל, ער האט אים באזידלט נאך ביי די חלב פרשה און ער האט אים קיינמאל נישט איבערגעבעטן, איך גיי נישט אריין צי ער איז יא אדער נישט מחויב דאס צו טון, דער פאקט איז אז האדמו"ר מסאטמאר האט נישט מפייס געווען קיינעם פון די רבנים מיט וועלכע ער פערזענליך האט זיך צושלאגן, ר' אברהם לייטנער, ר' יחזקאל ראטה, האדמו"ר מבעלז, גאב"ד קאשוי זצ"ל, און אויך נישט הרבנית מסאטמאר (איך גיי נישט אריין אין פאליטיק).

ווידער הרב מקר"י האט יא איבערגעגעבעטן, און מספיד געווען הרבנית מסאטמאר, האב"ד קאשוי, קעגן ר' אברהם האט ער קיינמאל נישט גערעדט, אויך נישט קעגן בעלז, און נישט קעגן ר' יחזאל ראטה, דער איינציגער וואס ער האט נישט מפייס געווען איז האדמו"ר ממאנסי, און לויט ווי איך הער איז ער שוין געווען דארט ביי מסיבות, און ער האט אים אויפגענומען מיט כבוד, דאס דארף א הסבר,

און זיין ברודער הרב מוומ"ס קומט אהן נאך די קריג אויף א גאלדענעם טאץ, ס'טייטש, ער האט דאך קיינעם נישט פוגע בכבוד געווען, פון דעם וועלן מיר נישט רעדן, ווייל ער האט דאך א פראבלעם מיטן עירוב, וכו', אבער זיין פאטער ווערט דאך גע'כשר'ט, מיט וואסערע רעכט? האט ער דען אמאל איינעם מפייס געווען? דער זון האט סך הכל זיך אנגענומען פאר זיין כבוד, און פארן כבוד פון זיין פעטער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > נשבה ארון הקודש: הגה"ק מקאשוי זי"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 ... 9 10 11 לדף הבא סך הכל 11 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.