|
|
| נשלח ב-3/3/2005 03:39 |
|
| |
לויט מיין ידיעה איז דער ברודער פון רב שליט"א פון סקול דיסטריקט פארברענט געווארען דורך די נאציס אין קריג, אין ער איז באמת געווען א חשובער רב.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 03:44 |
|
| |
ווער האט איינגעשפארט זיין אייגענעם טאטן אינדערהיים ער זאל נישט קענענן טאנצן הקפות אין זיין אייגן ביהמ"ד?? ר זלמן לייב!!
ווער לאזט נישט זיי אייגן טאטן גיין צי שמחות פין איר אייניקליך?? ר' זלמן לייב!!
ווער האט געמאכט בישות פאר זיין טאטע וואס איז געשטאנענן ברומו של עולם?? ר' זלמן לייב!!
ווער שפארט איין זיין אייגען טאטן ביי יעדע יומא דפגרא פירום פסח וכו אינדערהיים כדי נאר ער זאל פירן טיש?? ר' זלמן לייב!!
איז דא נאך איינער אפלוי נישט א רב בישראל וואס האט פאר תאוה וכבוד פארשאפט אזויפיל בזינות פאר א אייגענע טאטע?? ניין!!!
פארן גיין אין קארט איז דא א היתר!!
פאר סקול דיסטריקט איז אויך דא א היתר!!
ווי איז די היתר צי מבזה זיין א אייגענע טאטן א רבי פאר תאווה וכבוד??
תוקן על ידי - אינהכינמי - 03/03/2005 4:25:59
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 04:41 |
|
| |
האקטס ענק ביי די קעפ
איך האב געפרעגט א פשוטע שאלה: פארוואס האט מען דעם טאטן מוחל געווען אהן איבערבעטן, מה שאין כן דעם זון. ריכטיג אז דער זון איז אפשר באגאנגען א גרעסערן פארברעכן ווי דער פאטער, אבער מפייס געווען האט7 בלויז דער זון און נישט דער פאטער, און אויף דעם דארף איך א תשובה, נישט פארוואס דער פאטער האט ניינציג פראצענט געמעגט, און דער זון בלויז צען אדער גארנישט, אן עולה איז א עולה, פארקערט, א עלטערער איד א ת"ח דארף האבן מער שכל ווי א יונגערמאן! קומט דאך אויס אז דער זונ'ס עולה איז גאר קלענער! אזוי פארשטיי איך, אויב גייט מען אריין אין עצם הדברים, אבער איך וויל בלוזי וויסן פארוואס האט מען דעם טאטן מוחל געווען אהן מפייס זיין, די הלכה זאגט קורץ און שארף: עד שירצה את חבירו, אפילו מיתה העלפט נישט.
ביטע זיך האלטן צום פונקט
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 04:44 |
|
| |
ס'האט אמאל געזאגט א "לץ:
"איך האב קיינמאל אין מיין לעבן נישט גערעדט לצנות אויף אן ערליכער איד, קודם מאך איך איהם אויס ערליכע איד דערנאך מאך איך לצנות פון איהם"
דער זעלבער לענינו, די לצים דא שרייען סאטמארע רבי שליט"א האט יא געמעגט רעדן שארף אויפן קאשויער רב זצ"ל אבער קרית יואל'ער רב שליט"א האט נישט געטארט, פארוואס ווייל ער איז א ראצער, ער איז פוחז ורק, ער איז א גרויל, ער איז א סקאנק, ער איז א שיגץ, דאס מיינט אויב ער איז אן ערליכער איד פאלט אוועק די אלע טענות.
אין אנדערע ווערטער דיין פראבלעם איז נישט אז ער האט געזאגט "עפרא לפומיה", ווייל לו יצויר ווען קאשויער רב זאגט ווען אויף ר' אהרן "עפרא לפומיה" וואלסטו בלי ספק נישט געהאט קיין שום פראבלעם, דיין פראבלעם איז אז ר' אהרן וואס איז א ראצער און א סקאנק האט געזאגט "עפרא לפומיה".
נו אויב אזוי, איז די מיליאן דאלאר פראגע: וואס פאר-א-שווארץ-יאר איז א נפק"מ צו ער האט יא געזאגט עפרא לפומיה צו ער האט נישט געזאגט, ער איז דאך ממילא א שיגץ און א סקאנק, וואס איז דא אפי' צו מורא האבן?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 05:22 |
|
| |
ווייסט אפשר איינער ווי מען קען באקומען די טעיפס פון ר' אהרן'ס מחילה דרשה?
אדער ווייסט איינער פונקטליך וואס ער האט געזאגט?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 05:40 |
|
| |
די צוויי דרשות פין מאנטריאל ווי ער צומישט געווארען מיט כשתותי זתים אין די דרשה פין די מחילה איז נישטא ביזדעווייל אויפן קול חוצב ווי זיי לייגען געווענליך עס ארויף מיט א אייליגען שנעלקייט קוקט אויס אז מען דארף עס צענזורען.....
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 08:00 |
|
| |
די דרשות פון מאנטריאל איז דא אויף קול חוצב
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 10:26 |
|
| |
אפשר קען מיר איינער זאגן ווען האט דער סאטמארער רבי שליט"א גערעדט מיט א זלזול קעגן קאשויער רב זצ"ל?
עס איז נישטא א דרשה. ווען דער רבי האט גערעדט חוה"מ סוכות תשמ"ג ביי די חלב פרשה, האט דער קלאר ארויסגעברענגט אז דער קאשויער רב איז אן ערליכער איד וועלכער זיצט יומם ולילה על התורה ועל העבודה און געוויסע עלעמענטן פירן אים אריין אין ענינים וואס זיי ווילן.
עס איז נישטא קיין שום אויסדרוק פון סאטמארער רבי'ן קעגן קאשויער רב.
זיין זון האט אבער גערעדט שמוציג קעגן קאשויער רב.
חוץ פון דעם, פארשטייט יעדער אז ווען דער סאטמארער רבי איז דער בעל פלוגתא פון קאשויער רב, קען עס מיטגיין. אלעמאל זענען געווען ענינים איבער וואס גדולי ישראל זענען געווען מחולק.
אבער אז עס קומט א יונגער סמארק (וואס קאשויער רב האט געקענט זיין זיין זיידע!!!) און נישט נאר וואס ער איז מחולק אויף אים, נאר ער איז מנבל פיו קעגן א קדוש בישראל, דאס איז אן אומדערהערטע חוצפה!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 15:55 |
|
| |
גענוג מיטן עבר, דאס איז אלעס אלטע אויסגעדראשענע מעשיות, מאי דהוה הוה מכאן ואילך חושבנא.
לאמיר רעדן פונעם עתיד, וואס האלט דער עולם איז די פיוטשער פון קאשוי, איז דא עפעס א פיוטשער?
דער ממלא מקום ר' אליעזר חיים איז א וואוילע איד, און א ת"ח מופלג, אבער ער האט נישט די חן פון זיין פאטער, ער האט נישט די ליבלעכקייט, ווארעמקייט, ער איז זייער עקסטרעם, ער איז אזא מין טיפ ווי משה בער בעק, ער האט נישט די כשרונות פון א מנהיג, ער איז נישט קיין מענטש וואס וועט קענען אויפארבעטן אדער צאמהאלטן די קהלה, איך האב זייער מורא אז די גאנצע קאשויע שטעטל איז דערנאך, וואס האלט דער עולם?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 16:42 |
|
| |
איחוד ביסט גערעכט.
רבינו יוסף קארו זאגט אויך פינקט ווי די:
ווען ער רעדט פון די שרעקליכע עבירה פון הלבנת פנים שרייבט ער ווי פאלגגענד:
הני מילי ביונגערמאן, אבל עלטערער יוד, בן גילו, אינו מחויב לרצותו, ואינו צריך לפייסו!
אבי כ'האב הנאה אז דער שולחן ערוך ווערט דא גוט פארשטאנען!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 16:47 |
|
| |
פאר מען גייט אריבער צו די פיוטשער:
דער רבי שליט"א האט געזאגט ביי די חנוכת הבית פון די מקוה טהרה אין קרית יואל, אז קאשויער רב איז אריינגעקראכן מיט די שיך און זאקן צו די סטרא אחרא.
וועגן די עצם נושא וויל איך נישט אריינגיין, ווייל לו יהא אז עס איז געווען א עוולה, האט ער דאך שוין איבערגעבעטן, ואין אומרים לבעל תשובה זכור מעשיך הראשונים (אפילו אויב מען האט אים פיינט...).
אבער דו פארגעסט א גאנצע צייט אז דער קאשויער רב האט מבזה געווען דעם רשכבה"ג, כאטש איך בין נישט זיכער אויב דער רבי זי"ע האט געקענט דעם קאשויער'ס זיידע...(און ער האט אים קיינמאל נישט איבערגעבעטן !).
און דעם רבי'ן זאל זיין געזונט האט ער מבזה געווען צענדליגער מאל בריש גלי, און איך גלייב אז ווען איינער טוט דאס מיט דיין טאטן, אפי' אויב כגובה ארזים גבהו, וואלסטו נישט בעסער געווען.
און אויב יא, דאן זאלסטו מיר אויפהערן צו האקן אין קאפ מיט כיבוד אב...
-----------------
לענינינו, לדעתי האט קאשוי גאר א גרויסע פיוטשער, ווייל דארט גייט זיין 13 קאשויער רבי'ס...
(און פופציג יאר ארום, וועט יונה לאנדא ארגאניזירן נסיעות צו עפעס א פארשטופטן גויאישן שטעטל אין וועסטשעסטער, צו עפעס א גרויסן רבי'ן וועלכער איז געווען שטארק מפורסם בדורו...)
תוקן על ידי - זאליweaky - 03/03/2005 16:57:56
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 17:41 |
|
| |
מיסטער, ווען האט קאשויער רב מבזה געווען סאטמאר רב? די גאנצע דרשה פון אכילת נבילות וטריפות איז די וועלט געוואויער געווארן ביי די דרשה פון קר"י רב, קאשויער רב הא טעס קיינמאל אין קיין דרשה נישט געזאגט, און נישט געשריבן אין קיין בריף, אפשר פאר איינעם פריוואט - ווייס איך נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 18:15 |
|
| |
וואונדער איבער וואונדער. איך האב געשטעלט א שאלה, פארוואס גילט נישט די הלכה פון אין מחול לו עד שירצה את חבירו ביי א איד פון ניינציג, פונקט ווי ביי א איד פון צוואנציג, קומט מען דא מיט אלע סארט פשט'לעך שלא לענין, קען מיר איינער ענטפערן די ערשטע שאלה? פאליטיק איז נישט הלכה.
לויט די פשט'לעך דא קומט אויס אז שמירת שבת גייט נאר אן ביז די זעכציג זיבעציג, נאכדעם איז מען שוין פטור.
האט דאס עפעס א מין סארט הסבר?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 18:38 |
|
| |
מן הסתם
איך זעה אז די רעדסט פון רבינו יוסף קארו מיט אזא בקיאות, איך וועל דיר פארליינען נאך א שטיקל רבינו יוסף קארו.
וכל ההולך לערכאות של עכו"ם מרים יד בתורת משה, הני מילי בסתם חוצבי מים, אבל באחד אשר נתמך על אב''ד ווינה מותר
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 19:01 |
|
| |
גוט גוט!
מיט אזעלכע שלחן ערוך'ער ווער דארף א היתר בי"ד?
|
|
|
|
|