בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

נשבה ארון הקודש: הגה"ק מקאשוי זי"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/3/2005 22:07 לינק ישיר 

הכל יודעים אז די קאשויער קינדער האבן אים פארדרייט א קאפ, וואס ווילסטו יעצט זיך אויפוועקן און זיך פארלאזן אויפן שר השכחה און דערציילן נייע מעשיות? דער עולם איז נישט אינגאנצן משוגע, מאי דהוה הוה און שוין, קיינער נעמט נישט אוועק קאשויער רב'ס גדלות, אבער נאכאמאל, מאי דהוה דהוה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2005 22:13 לינק ישיר 

איצט האב איך געטראפן א בעל-גאוה...
נישט סתם א בעל-גאוה נאר א יאגעדיגער...
ווען איך בין אויף דיין ארט, וואלט איך זיך אויך זייער געיאגט.

דו שרייבסט:
איך וועל דיר באלד ענטפערן אלע דיטעלס
1. ווער זענען די שו"ב ומנקרים פון קהל יט"ל ביז תשל"ט איך האב דיר געשריבן 3 מאל. דער גאון וצדיק אראדער רב זצ"ל.
2. די השתלשלת הדברים פון תמוז אב (נאך פאר ערב יו"כ) פאשקעווילן. פלייש אין פריזער.
הרב שלמה יודא גראס'ס ליגענט און שקרים, מיט די געמויזכעץ פון שמילאוויטש און זיינע עקסרעמיסטישע שוואגערס, מיט'ן הייליגן שווער/טאטן כ"ק אדמו"ר מקאשוי.
סוף דבר הכל נשמע. אלעס איז געווען ליענט. בלאף. שקר און פאליטיק.

איך קען נישט יעצט באריכות אראפלייגן אלעס איך אייל מיר, בל"נ שפעטער אבער קודם לאמיר דיר כאפן ביים ווארט

1. וואו האט דער רבי זי"ע יא געגעבן א הכשר.
דער רבי זי"ע איז נישט געווען אין די הכשרים ליין. יעדער ווייסט. דער רבי האט אבער געוואוסט די דיני ניקור און די מסורות פון די אלטע היים, און האט פארלאנגט די מהודר'דיגסטע פלייש פאר מענטשן וואס זענעם סרים למשמעתו.

אויב דער רבי האט קיינמאל נישט געגעבן א הכשר דעמאלטס פארוואס רעדן ענק אויף קאשוי רב אז ער האט נישט געטראסט דעם רבין????

ווייל אויב קאשויער רבי זאגט בשנת תשמ"ב אז מ'האט 30 יאר מאכיל נבילות געווען.... און זאגענדיג דאס האט ער עס געזאגט אויף סאטמארער (מיעל מארט) פלייש, וואס איז סאטמארער רבי האט געהייסן קויפן און האט געגעבן דעם שטעמפל דערויף. האט ער בעל כרחו גערעדט אויף נישט קיין אנדערען ווי אויף סאטמארער רבי. (ער האט דאך נישט געזאגט אז די פלייש איז פון באבוב'ער בוטשער. אמת? שטאקיגער)

2 פארוואס זאגט דער רבי שליט"א (איך פארגין עם דעם טיטול איך האב נאר געזאגט סיגוט'ער רב ווייל דעמאלטס איז ער נאך געווען סיגוט'ער רב) ובנו מקר"י אז קאשוי רב האט געזאגט אז דער רבי האט מאכיל נו"ט געווען 30 יאר? דער רבי האט דאך גארנישט געהאט צו טוען מיט כשרות לשיטתך? געענטפערט פריער.

[מודגש]3. לכל הדיעות ווען האט קאשוי רב געזאגט אז דער רבי האט מאכיל נו"ט געווען 30 יאר?


ער האט עס געזאגט. און געשריבן. ניין. ער האט נישט געזאגט דער רבי זי"ע...
ער האט געזאגט אז מ'ע... מע... איז מאכיל נבילות וטריפות... זאג דו אז ער האט געמיינט אסאמא בין לאדין...

קיינער האט נאך אויף דעם נישט גענטפערט וועט דאך ממילא שרייען פארקערט און קומען מיט HOT AIR


4. מר. ווארהייט
פרעג דיר נאך ביים היינטיגן נירבאטור רב אז מען האט ב"ה געמאכט אסאך תיקונים און מיעל מארט בכלל און ניקור בפרט, היינט איז שוין נישטא קיין חשש חלב
קען איך וויסן פארוואס??? שקר. מ'האט נישט געמאכט קיין תיקונים. אלעס איז געווען מתוקן כעדותו של הרב לייטנער, וכדעותו של הגה"צ מאראד

5. פארוואס האט פאפא'ער רב זצ"ל געזאגט ביי די אסיפה וואס גייט מען מתקן זיין?
מאכט א סטעיטמענט און די פרעגסט מיך פארוואס. ביסט א שקרן.

6. פארוואס האט מען נישט פארקויפט דעם שאלה'דיגע שטיקל חלב/פלייש פאר יעדן איינעם און מען געמאכט א גאנצע חקירה ודרישה פון וואו האט קאשוי באקומען דעס שטיקל? עס איז דאך נישט OVER THE COUNTER
פארוועמען האט מען פארקויפט דאס פלייש? ווי איז די פלייש געווען? פארוואס האט ער נישט געוואלט ווייזן דאס פלייש ווען מ'האט אים געהייסן? ווי איז דער היתר צו לאזן כלל ישראל עסן חלב?

7. סתם נייגערק ווער איז דער ארץ ישראל'דיגער שקרן?
פרעג הרב אליעזר חיים בלום אדער זיין אונטערגעשעטלטן אונטערוועלטניק הרב שלמה יודא גראס.

8. פארוואס האט מען ביז ערי"כ קיינעם נישט גערופן זיך אראפזעצן? (עס איז שוין דא א בריוו פון עסקנים פון ניסן תשמ"ב)נאר נאכדעם ווי עס איז אריבער 2 חדשים מיט לך ושוב האט קאשוי רב געשריבן א מכתב י"ג מידות תשמ"ג פאר זיינע תלמידים אז מען זאל נישט עסן די פלייש ביז מען וועט דאס מתקן זיין און נאכדעם וואס דער סאטמער רבי שליט"א האט געזען אז עס קומט שוין ארויס צעטליך האט ער אים אנגערופן (מוצש"ק ערב יו"כ)ער זאל שוין קומען און מען האט אפגעשמוסעט אז ער גייט שיקן מומחים אים ווייזן די חלב עריו"כ צום סוף האט מען עס אפגעשטופט אויף מחרת יו"כ

פארוואס ווען מ'האט אים גערופן איז ער נישט געקומען. פארוואס האט ער נישט געזען פאר יעדן פרייז אפצושטעלן די נבילות און חלב דאורייתא. געוואלד איסור כרת טוט אים נישט וויי! פאר פארשטיקענע פאליטיק!
איז אזוי, א גאנץ זומער ווי איז ער געווען? און קעמפ אדער און פלארידא? נאר פונקט ערי"כ האט ער געמוזט קומען?

ווי איז געווען אראדער רב. ווי איז געווען הרב אברהם לייטנער. ווי איז געווען פאפא'ער רבי? ווי איז געווען וואוידיסלאווער רב? ווי זענען געווען אלע צדיקים און גדולי הדור?

דו פרעגסט ווי זיי זענען געווען...
דאס איז דער בראך. זיי זענען נישט געווען. מ'האט זיי נישט געפרעגט. מ'האט נאר געזוכט צו מאכן א שטינק.
נישט קיין תיקון און נישט קיין הידור. בלויז א שטינק.
דאס האט ער געמאכט און מיט דעם איז ער געבליבן.


איך וועל נאך שפעטער צוריק קומען וואס עס איז געווען ביז תשל"ט

און וועגן די השתלשלת הדברים קוק דא
http://www.israel613.com/SHCHITA3.htm

אויך ליין דאס דורך
http://www.israel613.com/books/POSTER_CHELEV_KASHO2-H.pdf

באמת האב איך נישט געוואלט גראבן און די גאנצע פרשה נאר דער עולם פרעגט אייזערנע קשיות
און מען מאכט ליצנות פון קאשוי רב ווי איז ער געווען ווען דער רבי זי"ע האט געלעבט וכו' און ער האט נאר געוואלט אונטערגראבן סאטמאר ח"ו האב איך געפילט א חוב צו ענטפערן מנה אחת אפים כלשונו הזהב והמב"י
איך וועל דיך איין זאך צוריקפרעגן, און ווער שנעל פארשווינדן.
אויב מ'האט יא געמאכט תיקונים פארוואס האבן נאך די קאשויער טעראריסטן נישט נאכגעלאזט פון זייער עקסטרעמיסטישן קאמף ביז היינט צו טאג. זיי זענען נישט מקבל קיין עדות פון איינעם וואס עסט פלייש...
דאס הייסט אפשר נישט אפגעטיילט כלל ישראל לויט זיין קאפריזנעם מעסטער

די זעלבע קשיא האט אים צום הייליגן קאשויער רב אויפ'ן סקול דיסטריקט.

ער האט געלאזט פארפירן אז מ'לערנט רח"ל כפירה ומינות... רח"ל... שומו שמים.

ווען מ'האט גערופן כבוד תורתו הקדושה האט ער נישט געפינען פאר וויכטיג צו קומען.

דער אין לדיין אלע מה שעיניו רואות איז נישט געזאגט געווארן אויף אזא הייליגקייט ווי די קאשויער געצנדינער! ביי זיי גילט נישט קיין שום פסק פון חכמינו ז"ל.

די בית רחל איז א בית זונות!
די פראדעזזשעקס איז א בית זונות!
סקול דיסטריקט איז כפירה ומינות!
די פלייש איז חלב!


אלעס איז איין עבירה!
און אז די ווילסט עס טרעפן קוק און שנות דור ודור וואס דער רבי זי"ע האט עס אראפגעווארפן אויפן פלאר.

(אפשר פאר דעם איז ער געווארן א מאכיל נו"ט...)

יעצט אנטלויף צוריק!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2005 23:15 לינק ישיר 

ווארהייט
ווען די רעדסט פון דעם ארץ ישראלדיגער מיינסטו הרב מלאכי?


אגב וועלעכע קינדער פון קאשויער רב זענען די עקסטרעמיסטן וואס האבען אים פארדרייט א קאפ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2005 23:53 לינק ישיר 

יא ליכטיג

ער מיינט זיכער "הרב" מלאכי

און די צווייטע פראגע

אליעזר חיים דער "געוועזענער שווער פון ר' טעלער, וועם אליעזר חיים האט געמאכט פאר א העלבראנס חסיד

דער היינטיגער קאשויער רב,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 00:13 לינק ישיר 

ווארהייט
זהעט אויס אז וואס די זאגסט איז אויטאמאטיש וואר
און וואס איך זאג איז שקר מוחלט
אויב אזוי האב איך נישט וואס צו טענהן מיט דיר

איך וועל בל"נ באלד געבן א פונקטליכע ריפארט פון די פלייש פון קהל יט"ל
דער עולם האט נישט געגעסן און דער רבי אוודאי נישט געגעסן קיין מיעל מארט ער האט געהאט א איגענע שחיטה
און דער רבי האט נישט גענוצט דעם חלק אחוריים קיינמאל,

קאשוי רב האט נישט געשריבן אז מע... מע.. האט מאכיל געווען טרפות 30 יאר

קאשוי רב האט יא געשריבן אז שוין 3 יאר וואס דער עולם ווערט נבשל און איסור חלב
עיין במכתכו עמוד ל' PAGE 29 ON THE PDF FILE
http://www.israel613.com/books/POSTER_CHELEV_KASHO2-H.pdf

פארוואס זאל איך נישט לייגן לינקס? גיי זיי נישט פויל לייען דורך דעם PDF פייל וועסטו אלעס זעהן
לייען דורך דעם בריוו וואס ער האט געשריבן בדם לבבו

ווייל אויב קאשויער רבי זאגט בשנת תשמ"ב אז מ'האט 30 יאר מאכיל נבילות געווען.... און זאגענדיג דאס האט ער עס געזאגט אויף סאטמארער (מיעל מארט) פלייש, וואס איז סאטמארער רבי האט געהייסן קויפן און האט געגעבן דעם שטעמפל דערויף. האט ער בעל כרחו גערעדט אויף נישט קיין אנדערען ווי אויף סאטמארער רבי. (ער האט דאך נישט געזאגט אז די פלייש איז פון באבוב'ער בוטשער. אמת? שטאקיגער)


אפשר זאגסטו מיר ווער האט געגעסן מיעל מארט דעמאלטס? פרעג נאר דיין טאטע אדער זיידע מיעל מארט איז געווען בערך ווי EMPIRE

בכלל דער רבי איז דאך געשטאנען על המשמר אז דער עולם זאל עסן גוטע פלייש בלי שום פקפוק איז פארוואס זאגסטו
וואו האט דער רבי זי"ע יא געגעבן א הכשר.
אויף קהל מילך האט דער רבי יא געגעבן א הכשר?
איז דער רבי זי"ע געווען א בעל מכשיר...
גענוג ליצנות פאר אדר ב'...


פאפער רב האט עס יא געזאגט ביי די אסיפה.

מען האט שוין איינמאל געמאכט תיקונים מיט די חלב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 00:23 לינק ישיר 

בעל גאוה

אדרבה, דארט שטייט, אז דער מלאכי שר"י איז א הרה"ג, נישט מער געדאכט

און וויליאמסבורגע דיין, אין "דיין (פ"מ)"

בכלל, מיר קענען באשטיין אביסעלע אויפצופרישן דעם זכרון

אבער איין זאך פאר הויכגעשעצטער 'בעל גאוה' און די אנדערע, זייט ביטע גרייט, אז כבוד התורה פון קאשויער רב ז"ל און די אנדערע שותפים זיינע

און אזוי אויך דעם מימרא פון הרב לייטנער שליט"א אויף קאשויער רב ז"ל "זיין מיינונג איז אונז נישט מחייב" וכדומה

אדרבה, ווער עס וויל מיטהאלטן די רייד זאל זיך מעלדן, אבער געדענקט, צייט טוישן נישט קיין פאקטן, צייט מאכט נאר פארגעסן, ולדאבון לב פון די קאשויער כלבים, איז נאך דא גענוג אידן וואס געדענקן נאך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 00:26 לינק ישיר 

לפי ידיעתי אזי דער מצב נישט קיין סאך אנדערש ווי ביז דאן, און אסאך אידן האלטן זיך אפ פון עסן בשר בהמה עד היום הזה טאקע צוליב די פראבלעמען

איך פארציילן א קליין מעשה'לע, עס קען זיין אז עס איז נישט נוגע דא אהער, אבער איך האב עס געהערט פון א עד ראיה, א מורה הורא און ת"ח מובהק

איינמאל האט מען זיך גע'טענה'ט צי מען מעג מאכן א לייכטער פון זיבן רערן, רופט זיך איינער אהן, אז ביים סאטמאר רב זצ"ל אין בית המדרש אויף בעדפארד איז דא אזא לייכטער. אומר ועושה, מען גייט אריבער אהין, און עס איז טאקע אזוי געווען!

נאך מעריב פרעגט איינער דעם רבי'ן צי מען מעג האבן א לייכטער פון זיבן רערן וועגן מנורת המקדש, זאגט ער, אודאי נישט, וויזט יענער אהן אויף דעם לייכטער, רופט זיך סאטמאר רב זצ"ל אהן: שוין ארויסנעמען דעס פון דא!

דאס זאגן חז"ל: אין למדין מפי מעשה.

והפרט - על הכלל כולו יצא. אויך בנוגע אסאך שטותים אין מחזור ומנהגי דברי יואל והדברים עתיקים ואכמ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 00:33 לינק ישיר 

בעל גאווה, מ' האט אייביג געגעסן מיעל מארט "בהמה" פלייש, אייגענע שחיטה איז געווען נאר אויף "עופות", און אזוי איז עד היום הזה.

ווארהייט, אראדער רב זצ"ל איז קיינמאל נישט געווען קיין מנקר, נאר ווען עס איז געווארן די שערורי' איז ער געווען דער איינציגער רב וואס איז אויך געווען א שו"ב און מנקר(אין די שטאדט אראד) האט מען אים אויפגענומען ער זאל ארים גיין קוקען אויב אלעס איז גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2005 00:49 לינק ישיר 

איך בין אינגאנצן נישט אויסן צו איבער'חזר'ן דא אלטע פאליטיק'ס, און פאר א פונקטליכן רעפארט קענסטו גיין פרעגן הרב לייטנער.

אבער פאר די היסטאריע פעלשער איז כדאי צו דערמאנען, אז דער רבי זי"ע איז געווען דער אומאפיציעלער משגיח אין מיעל מארט, וואו אלע שוחטים און מנקרים זענען געווען סרים למשמעתו פון רבי'ן און האבן זיך נישט גערירט אן זיין הסכמה, און דערפאר האבן די סאטמארער (נישט קאשויער) אידן מדקדק געווען צו עסן נאר מיל מארט פלייש.
און דער קשר מיט מיל מארט איז געגאנגען אזוי ווייט אז ווען ר' עזריאל גליק האט אויפגעהערט צו שחט'ן און ער איז געווארן גבאי, האט אים מיל מארט ווייטער געהעריג באצאלט די וועידזשעס, כאילו ער וואלט נאך געארבעט פאר זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2005 01:22 לינק ישיר 

איך מיין אז דער גאנצער וויכוח איז איבעריג.

מ'דארף צוטיילן די מערכת החלב און צווי חלקים.

1. די מנהגי הניקור.

2. די מכשלות אין בשר מקולין


רבותי.

אין די מכשלות פון בשר מקולין האט קאשוי'ער רב זצ"ל געהאט רעכט (איך נאר איבער די מכשלות), און עס איז דא א טעיפ פון די אסיפה און התאחדות ווי מ'הערט בבירור אז פאפא'ער רב מיט ר' אברהם לייטנער ברענגען ארויף פארשידענע מכשלות (עס זאגט נישט אז דעריבער מיינט עס אז די בשר איז געווען נבילות וטריפות).

אבער איבער די מנהגי הניקור האט מרדכי מלאכי סתם אריינגעפירט קאשוי'ער רב אין א בלאטע.

ווייל עס איז קלאר פעסטגעשטעלט געווארן אז די מנהגי הניקור פון א מעריקע איז פונקט ווי אינדערהיים ווי מ'האט נישט אראפגענומען אלע חלקים.

נאר און ארץ ישראל האט מען יא אראפגענומען, ווייל פאר 140יאר צוריק איז נישט ערלויבט געווארן קיין "שחיטה" דורכ'ן טערקישן רעזשים נאר פאר די ספרדים, און דעריבער ווען די אשכנזים האבן מיט יארן שפעטער באקומען דעם "פערמיעט" צו שחט'ן, האבן זיי עס באקומען מיט א תנאי אז זיי וועלן שחט'ן לויט די מנהגי הספרדים וואס מ'נעמט יא אראפ דעם 13'צענטן חלק.

אבער עס איז קלאר אז די אשכנזים האבן אינדערהיים נישט אראפגענומען אלע חלקים.

אין דעמאלץ האט דער בי"ד הגדול שבירושלים ובראשם דער פוסק הדור בעל מנחת יצחק און הגה"ק רבי משה ארי' פריינד זצ"ל געשריבן אז די מנהגי הניקור אין ניו-יארק איז פונקט ווי און אינדערהיים.

און פאר'ן ביד"צ האבן דעמאלץ עס באשטעטיגט צווי חשוב'ע מנקרים, ר' יוסף לייב ווייס פון ירושלים, און ר' געציל פינקלשטיין פון בני ברק.




תוקן על ידי - יוסף90 - 09/03/2005 1:26:47



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 01:28 לינק ישיר 

אבער אין צדיק בארץ און יעדער קען א טעות האבן, און עס קומט אים גארנישט דערפאר.


אבער פון דארטן ביז עם מבזה זיין בחרפה ובבזיון נורא, ווי דער רב בקיט"ל בקר"י וועלכער האט מיט דברי בלע געשימפט אויף קאשוי'ער רב כאחד הריקים והפוחזים בשוק, דאס איז געווען א פשע נורא.

מיט די דופי דרשות האט ער מחנך געווען א גאנצער דור צו השחתה צו רשעות צו אכזריות צו כל המדות המגונות.

אין דא שטעלסטו זיך אוועק, אין שרייט נאך די זעלביגע ניוול פה וואס זיין רב פון קר"י האט דעמאלץ אויסגעבראכן לפני קהל עם ועדה, דאס דארף פארדאמט ווערן בכל לשון.

דער "ווארהייט" מיינט אז ער געפונט זיך אין אפיס פון מתיבתא, ער מיינט אז זיין פענע מאכט עפעס אויס.

מיר אלע דארפן אים פארדאמען אין זאגן:

שמוציגער יונג, נעם אראפ פונעם קאשוי'ער רב דיין שמוציגן פענע וועלכע שווימט אין אידיש בלוט.

תוקן על ידי - אינהכינמי - 09/03/2005 1:51:03



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 01:44 לינק ישיר 

יוסעלע וויין נישט אזוי

כל מה שאירע ליעקב אירע ליוסף

די זעלבע וואס האבן געהאט פראבלעמ'ן מיט רבינו הקוה"ט זי"ע, האבן פראבלעמן מיט רבינו הגה"ק שליט"א, און היינט מיט כ"ק גאב"ד קר"י שליט"א



תוקן על ידי - אינהכינמי - 09/03/2005 1:51:35



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 01:46 לינק ישיר 

ר' אהרן האט קיינמאל נישט געשימפט קאשויער רב ז"ל ביי די חלב פרשה, געשימפט און געשאלטן האט (ווי ווייטאגליך עס איז קען מען נישט פארדרייען קיין פאקטן) כ"ק רבינו שליט"א, און באותו מעמד געשאלטן א איד (ש,י, גראס) ברבים מיט ימש"ו.

עס איז קיינמאל דאן נישט געווען קיין מדובר פון בשר מקולין, מ' האט גערעט "נאר" פון חלב, און אויף יענעם טעיפ רעט מען נאר פון חלב.

ר"א האט געהאקט אויף קאשויער רב נאר ביי די סקול דיסטריקט, צוזאם מיט זיין טאט'ן

ביטע נישט פארדרייען קיין פאקטן, אפילו עס קומט דיר אויס בעסער אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2005 01:48 לינק ישיר 

קיינער וויינט נישט קיינער קלאגט נישט


עס איז אונז געווען א פארגעניגן ווי דער קיט"ל בקר"י רב שטייט די פארגאנגענע וואך אויפ'ן באלעמער אין ישיבה און פאר קליינע בחורים'לעך זאגט ער:

ילדות היתה בי, איך האב גטשעפעט דעם צדיק, איך בעט עם איבער.


מיין רב ר' זלמן לייב דארף עס נישט טאן

זיין היסטאריע וועט נישט זיין אפגעפלעקט און שמוציג און גראוליג ווי פון דיין פויבסט.

איך בין זייער רואיג.

על זאת גאוותינו !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 01:57 לינק ישיר 

יוסף

וואלסט שוין געמעגט וויסען אז מען טוט נישט ווערט מען נישט שמוציג.

א רב וואס טוט פאר אידען, וועסטו אלעמאל קענען טרעפן עוולות אין איהם, א רב וואס זיצט אינדערהיים קענסטו גארנישט טרעפן אין איהם.

פארגעס נישט יוסף אז א רב וואס שטעלט זיך ארויף רעדן אויף א בימה האלט זיכער אז ער טוט די ריכטיגע זאך, איך גיי נישט אריין צו ער איז גערעכט צו נישט, אבער לשעתו איז זיכער זיין שיקול הדעת אז ער דארף מוחה זיין.

ווען ער וואלט נישט געהאלטען אז דאס איז דער אידישער וועג וואלט ער געשריבען אויף היידפארק ווי א מכה רעהו בסתר, אדער געווארפן פאשקווילען.

עס איז בכלל נישט קיין בושה פאר א רב זיך אויפצטושטעלן אין זאגען איך האב געמאכט א טעות, א בושה איז א רב וואס איז קיינמאל נישט מודה איז ער מאכט א טעות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > נשבה ארון הקודש: הגה"ק מקאשוי זי"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 8 9 10 11 לדף הבא סך הכל 11 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.