| נשלח ב-2/3/2005 23:03 |
|
| |
הערטס אויף צו שרייען אויפן "בעל קורא"
אין פרשת ויקהל איז דא די פאר פסוקים, וואס מען ליינט אינדערוואכן פאר "ישראל"!
א נייע מנהג האט זיך אריינגעגעסן ביי אונז, אז "פרשת ויקהל" באשרייעט מען דעם בעל קורא פאר יעדן קליינשיקן "אֶת אֵת" טעות!!
עס מוז ניטאמאל זיין ער האט געמאכט א טעות, פשוט ער האלט אינמיטן ליינען און פלוצלינג... איינער פון די מתפללים האט זיך פארקוקט און... "נו, נו, אֶת אֶת, נו נו!!
רבותי!
מארגן גייט דער "בעל קורא" נאכאמאל ליינען דעם "אֶת" "אֵת", מיר בעטן נישט פארפירן.
ס'איז נישט מעכב! הערט'ס אויף צו מאכן בושות!!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2005 23:11 |
|
| |
הרב ישראל מענדעל שווארטץ שליט"א וואס האט פארגעלערנט לעצטענס אין סאטמערען בהימ"ד הלכות קריאת ס"ת מיט אן אויסגווענדליכער בקיאות פאר אריבער 300 הונדערט אידען(ער גייט היינט פארלערנען קריאת המגילה)האט געזאגט אז דער סדרה איז איינע פין די שווערסטע קריאות
אגב אויב ביסטו א ת"ח נעם א פשוטע שו"ע איך רעד נישט פין א שערי אפרים אויב דו ווייסט וואס דאס איז אין עס אן הלכה אויף דעם וגוערין בו אין דאס איז נאכנישט בטל געווארען
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2005 23:28 |
|
| |
עצה טובה פאר די בעלי קורא
ליינען מיטן ליטווישן הברה אדער וויזניץ - סקווירא ציירי וועט מען נישט שטארק דערקענען א חילוק פון אֶת אֵת
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2005 23:42 |
|
| |
נישט גוט, דער עולם וועט אריינשרייען אויפן "סקווירא" און "וויזינץ'ער" ניסוח...
נאך אלטס בעסער ווי א "סאטמאר'ע שריי"...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 03:17 |
|
| |
עקשטיין:
איך האב געמיינט אז דו ביסט א זאלי ???
כ'געדענק נאך שבת פאר ראש השנה תש"ס, ווען דער נועם הארץ האט פארגעלערנט פרקי אבות אין ראדני, נאך זייענדיג פריש ארויס פון די ווינדלען, און גערעדט מיטן גאנצן קראפט (דעמאלט'ס האט ער געמאלדן דעם אור אלטן פלאן אז מען גייט ארויסבויען דעם בית שני, און יודל לעפקאוויטש האט זיך אויפגעשטעלט שרייען אינמיטן די דרשה אז מען זאל זיין שטיל).
איינע פון די פערל ווערטער וואס ער האט דאן געזאגט איז געווען, אז מען גייט שטעלן פרישע גבאים צו שטיל מאכן ביים דאווענען, און וועלנדיג ווייזן זיין "נועם המידות" (איר געדענקט נאך דעם סלאגאן ???), האט ער געזאגט אז עס שטייט טאקע אין שולחן ערוך אז "גוערין בו", אבער מען קען דאס מאכן אויך בניחותא...
(איך האב אמאל געזאגט פאר א זאלי וועלכער האט זיך גערעגט פארוואס דער רב שליט"א האט געזאגט אז מען דארף נישט שרייען אויף די וועלכע טראגן מיטן עירוב.
האב איך אים פארציילט די אויבנדערמאנטע מעשה, און אים געזאגט, אז עס שטייט טאקע אין שולחן ערוך אז מען דארף שרייען אויף ווער עס טראגט מיטן עירוב, אבער מען קען עס אויך מאכן בניחותא...).
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2005 01:16 |
|
| |
ביי אונזער מנין איז עס אדורך היינט בשלום
איך האב אויסגערט דעם בעל קורא און ער האט פיין געקאנט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2005 01:50 |
|
| |
אז דער בעל-קורא קאָן, איז נישט "אזא גרויסע קונץ" צו זיין שטיל...
|
|
|
|
|