חתונה באריכט
חתונה באריכט
יום החופה
איז אזוי. די טאג פון די חתונה בין איך געגאנגען צום כותל מתפלל זיין, פארשטייט זיך די אלע וואס האבן איבערגעלאזט זייערע נעמען ביי מיר האב איך אינזין געהאט, און נאכדעם אויפגעשריבן אלע נעמען אויף נאך א צעטל און אריינגעלייגט די נעמען אינעם כותל וואנט און געבעטן נאכאמאל עקסטער פון באשעפער לטובתם.
א צוואנציג מינוט פאר כ'האב גענדיגט זאגן תהילים האב איך א קלינג געטוהן מיין דרייווער און צו מיין סופרייז איז ער געקומען מיט א שיינע ראָווער 75 קאר טו טאזענט ענד פייב, די קאר איז געווען זייער באקוועם מיט אלע טעמים און מטעמים. לעדערנע סיטס, זון-דאך, ברייט, באקווועם, און וואס מ'קען נאר חלומען.
נאכן כותל בין איך מיר א היים געפארן צו מיר א היים, גענומען א שאוער צ'יק צ'ק געקלעבט מזוזות, מיין געטרייער דרייווער האט אויך געקלעבט א חלק מזוזות אריינצוכאפן נאך א מצווה אויף דער וועלט.
דערנאך זעמער געגאנגען אויפ-פיקן מיינע עלטערן פון זייער היים, איך האב איבער געבעטן מיין טאטע זאל זיין געזונט פאר אלע "נחת רוח" צער און עגמת נפש וואס ער האט געהאט פון מיר, און געטוהן נאך אפאר זאכן וואס א חתן האט צו טוהן, און מיר זענען געפארן צום חתונה, די חתונה איז געווען אין די "דיימאנד" האלל, וואס איז אין די "מקסימע פאלאס".
קבלת פנים
צום האלל בין איך אנגעקומען אביסעלע שפעט דער עולם האט שוין געווארט דארט אויפן חתן, ס'איז שוין געווען היבש א עולם דארט, איך האב מיר געקישט און געהאגט מיט אלע געסט וואס זענען געקומען ספעציעל פון אויסלאנד צו מיין חתונה, און נאכדעם בין איך אריין צום האלל, געכאפט א בליק אויב אלץ קלאפט די "באר" די "טישן" ס'איז געווען ספעציעל אנגעגרייט טישן פאר די "אויסלענדישע געסט" נישט אינקלאדעט משפחה, ספעציעלע טישן פאר חברי "הייד פארק" כדאי די חברי "הייד פארק" זאלן זיך נישט פילן אומבאקוועם האט איך געבעטן די קעיטערינג זאל מאכן די נעמען פון די טישן אלץ "חברי הכולל", דערנאך איז געווען טישן ספעציעל פאר די תלמידי הישיבה ווי איך לערן, ווען כ'האב געזעהן אלץ קלאפט וואס אינדערמיט האט מען מיר שוין געהאט געזאגט אפאר מאל כ'זאל ארויפגיין אויבן-אן הערשט יעמאלט בין איך ארויף אויבן-אן, און זיך געזעצט בעטן צום טאטען פון הימל אז מיר זאלן האבן א גוט לעבן על דרך התורה והלכה, (אן קיין מנהגים מיט חסידישע מעשיות) און זאל מיר מוחל זיין מיין פארגאנגענהייט אויב סיגעווען שלעכט.
אימיטן זיצן אזוי איז אנגעקומען הוד כ"ק אדמו"ר מרחמסטריווקא שליט"א און גענומען לערנען מיט מיר הלכות "חופה וקידושין" און אין וואס איך לאז מיר אריין דא, און אויך האט ער געפרעגט אויב יעך בין גרייט דערצו, און אויך האט ער מיר געפרעגט אויב די כלה איז גרייט דערצו, כ'האב עם געזאגט דאס דארפט איר לכאורה פרעגן די כלה נישט מיר, האט ער געזאגט א סימן ווי אזוי צו וויסן אויב די כלה וויל מיר נעמען אלץ מאן, האט ער געזאגט אזוי. אויב די כלה שטרעקט אויס איר פינגער צו נעמען די רינגעל איז א סימן אז זי וויל חתונה האבן מיט מיר, און אויב שטרעקט זי נישט אויס די פינגער צום רינגעל איז א סימן זי וויל מיר נישט" (שטעלט אייך פאר זי שטרעקט נישט אויס, וואס וואלט ווען געווען). און אזוי האט ער מיר געלערנט נאך אפאר זאכן פון א ספר דארט,און אזוי גייט ער אויך אריבער די כתובה מיטן חתן צוויי מאל אין ארמיש, און איין מאל אין לשה"ק, און דער עולם האט צוגעקוקט מיט פארגאפטע אויגן און געהערט מיט נייגער, א חלק עולם געווען דארט ואני הק' בתוכם וואס האבן קיינמאל נישט געזעהן אזא מין הכנה צו א חופה. דערנאך האב מען גערופן די עדים זיי האבן געחתמעט, אויפגעהויבן א שניי ווייסע טאשטיכל וואס דער רבי שליט"א האט געברענגט און אוועק געגעבן במתנה גמורה, דער רבי שליט"א האט געברענגט אויך א כתובה וואס ער אליין שטעלט אויס, ער פארלאזט זיך נישט אויף די וואס מ'פרינט היינטיגע צייטן און די גאסן.
דערנאך: איז מען געגאנגען באדעקן די חשובע כלה זאל זיין געזונט, כ'האב געגעבן א ווארף ארויף דאס דארכזוכטיגע שמאטע אויף איר קעפל, און דער נאך זיך א דריי געטוהן צום ריכטונג פון די חופה, דער עולם דארט כ'ווייס נישט ווער האט מיר באגאסן מיט אזוינע קאלערדיגע פעיפער מיט קענדיס, און קליינע שטיקלעך, און אזוי אויך האט מען באווארפן די כלה, געווען דארט א גוטער יוד ר' ארי' לייב גלאנץ הי"ו האט מיר אפגעפוצט די שטריימל פון די געווארפעכץ.
חופה - וקידושין
דער עולם האט געזונגען דארט זייער ווארעם, מען האט מיר אונטער געפירט, פון איין זייט דער מחותן, און פון די צווייטע זייט מיין יונגערע ברודער וואס איז שוין געווען פארהייראט פאר מיר, ווען מיר זענען אנגעקומען צום חופה האט מען נאך געזינגן ביז ווי לאנג מ'האט זיך מסדר געווען דארט און אויך ווי לאנג מען האט מיר ארום גענומען זיבן מאל, כ'מיין צו זאגן ווען די כלה האט זיך געדרייט ארום מיר זיבן מאל, (כ'האב איר פארגעסן צו פרעגן אויב די קאפ האט איר וויי געטוהן) מיין חשובע ברודער האט זיך מכבד געווען מיטן אויסרופן, באט ער האט נישט געוויסט וועם צו אויסרופן אויף וואס, ער געט מיר א קליינעם קלאפ און פרעגט נו ווער באקומט וואס? כ'האב מיר א וויש געגעבן די אויגן פון די טרערן און אראפ גענומען די הענט פון פנים און ארויסגענומען א קליין צעטל פון די ליסט וואס כ'האב מיר אנגעגרייט, פון טאש און אהין געגעבן מיין ברודער איז געווען דארט א יוד וואס האט זיך געבעטן צו מיר בתחנונים בשעת מעשה אז ער וויל נישט קיין כיבוד האב איך געדארפט מאכן א שטיקל שינוי אינעם ליסט, באט דער באשעפער האט געהאלפן און סיגעווען דארט א אנדערע חשובע יוד וואס כ'האב געקענט מכבד זיין אנשטאט.
איז אזוי: מיטן סידור קידושין איז מכובד געווארן כ"ק קדושת אדמו"ר מרחמסטריווקא שליט"א, מיטן כתובה ליינען הרב ערלאנגער שליט"א זון פון הגה"צ ר' סענדער ערלאנגער שליט"א, מיט די ערשטע צוויי ברכות איז מכובד געווארן הגה"צ דיין נייטרא לאנדאן שליט"א, דערנאך א' המגידי שעורים בדושינסקי, הגה"צ רב ד'קהילת אוהל דוד שליט"א (אוהל דוד געפינט זיך העכער ביהמ"ד אוהל רחל), הרב ר' דוד מאיר טווערסקי שליט"א אייניקל פון רחמסטריווקא רבי זצ"ל פון ירושלים עיה"ק, הגה"צ ר"מ בישיבת סאטמאר לאנדאן שליט"א, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן אורח הכבוד הרב ר' ארי' לייב גלאנץ שליט"א. דערנאך האבן מיר געגעבן א זופ (שלינג) פונעם בעכער מ'האט געבראכן טעלער און מ'האט געזינגען און געטאנצט און געלויבט דעם באשעפער פאר זיינע חסדים און גוטע מעשים וואס ער האט געטוהן צו אונז, מען האט זיך גענדיגט געבן מזל טוב, איך האב געגעבן א כאפ אן מיין כלה ביי די האנט און אריינגענומען אין ייחוד שטיבל.
הכנה לשמחת חתן וכלה
נאכן ארויס גיין פון ייחוד שטיבל האבן מיר געדאווענט מעריב און נאכאמאל געלויבט דעם באשעפער און אויך געבעטן פאר א גוט לעבן, און מיטן דאווענען הער איך עפעס א באקאנטע קול וואס איז מיר געווען זייער אינטרעסאנט, ווייל בעפאר האב איך געזעהן זיין ביזנעס קארטל אין ייחוד שטיבל, און יעמאלט אין ייחוד שטיבל האב איך מיר געוואונדערט ווי קומט זיין קארטל אן דא אין ישראל, איך האב טאקע איינס אינדערהיים באט האו דע העק קומט דאס אן דא? שוין און טאקע ביי מעריב האב איך געזעהן קודם געהערט, אז איינער האט מיר געמאכט א סופרייז און געקומען שטילערהייט צום חתונה, אן מודיע זיין, ווען צוויי טעג פאר די חתונה האב איך גערעדט מיט עם און האט מיט גראניקסט פארציילט. איך האב עם אנגעוואונטשן אז בקרוב זאל איך מיר קענען פרייען ביי זיין חתונה, און איך וועל קומען אינאיינעם מיט מיין ווייב תחי' "אלי" איך וויל דיר טאקע וואונטשן דא ביי די גלענגנהייט נאכאמאל זאלסט באקומען דיין באשערטע און ס'זאל זיין אזאנס וואס די וואונטש דיר בקרוב ממש ובניקל, א קיצור נאך מעריב בין איך צוריק אריין אין ייחוד שטיבל שיין פארברענגט און דערנאך האבן מיר זיך צושיידט פאר א שטיקל צייט זי איז אריין צו די נשים, און יעך בין מיר אריין צו די מענער.
אזוי ווי איך בין אריינגעקומען אין זאל האט מען מיר ארונטער געהויבן מיט א בענקל, געווארפן ארויף און אראפ, דער עולם האט מיר געגעבן מזל טוב, און די חבר'ה פון אונטן האבן מיר ווייטער געהויבן ארויף-אראפ-ארויף, ביז כ'האב געגעבן א שפרינג אראפ פון בענקל און אנגעהויבן טאנצן מיט דאנק צום באשעפער פאר זיינע חסדים וואס ער האט געטוהן צו אונז, און אזוי האבן מיר געטאנצן מיט א לעבעדיגקייט, און דער נאך האט מען מיר ארויף געזעצט אויבן אן, און כ'האב געוואלט עסן עפעס אבער געקענט האב איך נישט, ווייל מ'האט געהאלטן אין איין קומען געבן מזל טוב מיט ברכות, כ'האב יעדן צוריק געוואונטשן "ברוכים תיהיה און פרנסה בשפע, געווען אזוינע וואס כ'האב געוואונטשן זש"ק, אדער ביי זיי אי"ה בקרוב ובניקל.
אכילה ושתיה
ווען ס'האט זיך אביסל בארוהיגט פונעם עולם בין יעך מיר געגאנגען וואשן און צוריק געזעצט אויף מיין פלאץ און אויפגעשניטן דעם גרויסן חתן חלה, כ'האב געגעסן א שטיקל סעלמון-פיש, און אויך א שטיקל מאָשט-פיש, געטרונקן לחיים אביסל וואדקע, מיט אביסל סקאטש, כדאי ס'זאל זיין א הפסק פונעם פיש ביזן פלייש, נאכן טרונקען די פיינע געטראנקען האב איך געטרונקען אביסל וואסער, און דערנאך האט מיר ארי' לייב געפרעגט אויב וויל איך נאך עפעס עסן? כ'האב געזאגט אוואדאי, כ'בין דאך הונגעריג! און ער איז אליין אריין אין קיטשען און מיר געברענגט א פעט שטיקל בשר בקר מיט לאקשען קרויט, נאכן ענדיגן דאס עסן האב איך גענומען א פלעשל ביר (ווייסע) און געוואונטשן מיין טאטע מיטן מחותן, און אויך ר' ארי' לייב און אראפ פונעם סטעידזש און געגאנגען צום עולם וואונטשן לחיים און זיך פאטאגראפירן מיטן עולם, און הערשט דערנאך בין אינאיינעם מיטן עולם געגאנגען טאנצן.
שמחת חתן וכלה
צום הערשט האב איך אנגעהויבן טאנצן מיט מיין טאטע זאל זיין געזונט און שטארק, און דער נאך מיטן מחותן, און דערנאך האב איך גענומען ארי' לייב'ן צום טאנצן,און אינדערמיט האב איך געשפירט אז איך זיץ אינדערהייך אויף איינעם'ס פלייצע. און אזוי האב איך געטאנצן מיט חבירים ידידים, משפחה מיט געלידער, חשובע יודן, און אזוי אינמיטן טאנצן האבן מענטשן געהאלטן אין איין שטראמען צום חתונה, מענטשן פון אלע מיני קרייזן,אשכנזישע ספארדישע, חסידישע, ליטווישע, געשטריקטע קאפלעך, לעדערנע קאפלעך, קליינע / גרויסע קאפלעך, כ'ווייס נישט פונקט וואס סיגעווען דארט, באט כ'האב געזעהן ווי די ישראל פאליס לויפן ארויס און מ'לויפט זיי נאך, אנשטאט די מענטשן זאלן ארויס לויפן מורא האבענדיג פון די פאליציי איז געווען פונקט דאס פארקערטע, די פאליציי איז אנטלאפן פון די מענטשן, אלי שווארץ פארציילט מיר שפעטער אז ארי' לייב האט געמאכט א גוטן ארבעט מיט זיי, כ'האב נישט געהאט קיין נערווען – צייט פרעגן וואס סיגעווען דארט, באט אבי ס'געווען לעבעדיג, מיט אקשון.
און אזוי האט מען געהאלטן אין איין טאנצן אונדערצווישן איז זענען אנגעקומען רבנים מיט חשובע יודן, צו טאנצן מיט מיר און מיט מיין משפחה.
רבנים און חשובע יודן ביים טאנצן
(נישט ממש לויטן סדר)
הגה"צ ראש הישיבה שליט"א
הגאונים הרבנים שליט"א.
הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א.
הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א.
כ"ק קדושת אדמו"ר מרחמסטריווקא שליט"א.
הגה"צ נייטרא דיין שליט"א פון לאנדאן.
ר"מ ישיבת סאטמאר לאנדאן שליט"א.
ר' דוד טווערסקי שליט"א. נכד רחמסטריווקא רבי זצ"ל (ירושלים)
הגה"צ רב ד'אוהל דוד שליט"א.
הרב ערלאנגער שליט"א.
כ"ק אדמו"ר מ'זיבוזין שליט"א.
ראש הקהל דביהמ"ד סקאליע ב"פ שליט"א.
א' העסקנים ד'ביהמ"ד ויואל משה סאטמאר באלקאני ב"פ שליט"א.
ב"ה דער עולם ואני הק' בתוכם האבן געטאנצן און געהאָפקעט, כ'האב מיר געשפירט אין די הימלען בשעת'ן חתונה, כ'האב ניטאמאל געוויסט וואסעטוצעך ארום מיר, געווען דארט איינע פון די חשובע אויסלענדישע געסט וואס איז אויך געווען זייער פריילעך און געטאנצן אין די הימלען, און אזוי אינמיטן טאנצן האט ער מיר א כאפ געטוהן און מיר גענומען דרייען אזוי ווי א ראלערקאסט מענטשן האבן עם געסטאפט באט ער האט ווייטער געדרייט און איך האב מיר מיט געדרייט פארשטייט זיך, ווען ער האט מיר אראפ געלייגט האט דער עולם געמיינט אז כ'האב געחלישט כ'האב געמאכט די שטיק אביסל, באט ווען כ'האב געהערט ווי איינער זאגט דארט אז מ'זאל רופן הילף האב איך מיר געגעבן א שטעל אויף און ווייטער געטאנצען כ'האב נישט געוואלט צו שטערן מיין אייגענע שמחה.
און אזוי מ'האט ווייטער געטאנצן, דערנאך איז מען געגאנגען בענטשען.
ברכת המזון
מיטן בענטשען איז מכובד געווארן איינער פון די פעטערס, ברכות האבן באקומען חשובע משפחה מיט געלידער.
מצווה טאנץ
דער בדחן איז געווען ר' משה ווינטרויב הי"ו בהמלצת ידידי הנאמן ר' ליפא שמעלצער הי"ו.
מיטן ערשטן טענצל איז מכובד געווארן אורח הכבוד ר' ארי' לייב גלאנץ הי"ו, דערנאך. ר' משה ביניק הי"ו, הרב ערלאנגער שליט"א, ר' מאיר פויגל הי"ו, ר' שלמה ראטה הי"ו, ר' דוד מאיר טווערסקי הי"ו, הגה"צ נייטרא דיין לאנדאן שליט"א, ר"מ ישיבת סאטמאר לאנדאן שליט"א, משפחה צד החתן, משפחה צד הכלה, אבי החתן, אבי הכלה, החתן והכלה.
מפרסמין עושי מצווה – א חלק יודן וואס האבן גענומען א חלק אין די חשובה מצווה פון שמחת חתן וכלה.
(לויט די א' ב')
אדון כל עולמים
משפחת ר' משה ביניק שיחי' (בעה"ב ד'כולל גראסערי)
משפחת ר' ארי' לייב גלאנץ שיחי' (טשיף טשעפלין אוף ניו יארק סטעיט קארעקשענס, איש החסד ושר העסקנים ד'יהדות החרדית באמעריקא)
משפחת ר' מרדכי ווערדיגער שיחי' (המכונה MBD)
משפחת ר' אהרן טייטלבוים שיחי' (רב ואב"ד ד'קהילת סאטמאר קרית יואל)
משפחת ר' יקותיאל יודא טייטלבוים שיחי' (רב ואב"ד ד'קהילת סאטמאר וויליאמסבורג)
משפחת ר' אברהם ו'חיים לפקאוויטש שיחי' (בעה"ב ד'קריסטאל קליער קא.)
משפחת ר' ארי נאה שיחי' (איש החסד והצדקה)
משפחת ר' משה פרידמאן שיחי' (גבאי ומשב"ק אצל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א)
משפחת ר' יצחק ראזענבערג שיחי' (בעה"ב ד'סירטיפייד לאמבער)
משפחת ר' מיכאל שניצלער שיחי' (באוויסטער חסידישער זינגער)
משפחת ר' ליפא שמעלצער שיחי' (באוויסטער חסידישער זינגער און בדחן)
דע ענ וויי פי די (NYPD)
איןהכינמי
זיידייאנטשי
חברי מישקיי
כוזרי
מוזיקאנט
עפשטיין
קעיגעיאלייענס
תיבהאישית
חתונה צוגעהערן
דלישעס עסן געקאכט דורך קעיטערינג רב טוב.
מיוזיק, שלוימי יוזעביטש – זינגער ר' משה וויינטרויב.
פאטאגראפירער, מאיר האלטובסקי מיטן סטעףף
ואחרון אחרון חביב, דער הייליגער באשעפער
***שבע ברכות***
שבת 7 ברכות איז געווען אין די האלל פון ישיבת "נזר התורה" שאלעשידעס איז געווען אין ביהמ"ד "בית אהרן". מוצ"ש ביים באבען שתחי' בהשתתפות הגה"צ חיים צבי טייטלבוים שליט"א רב ד'קהילת סאטמאר ירושלים, זונטיג אין ישיבה, מאנטיג אולם ייטב לב צוגעשטעלט א חלק דורך משפחה פונעם חתן, און א חלק פון די קעיטערינג. דינסטיג אין עיה"ק אופקים ת"ו. מיטוואך צוגעשטעלט דורך חברי פורום "מישקיי".
 |
|
|