| נשלח ב-6/3/2005 18:45 |
|
| |
תהלים פאר צה"ל ביי סיום הש"ס אי ניו יארק
איינער האט מיר דערציילט אז נעכטן מוצ"ש ביי די קבלת פנים אין מאנרא פאר הגרי"ט ווייס שליט"א גאב"ד ירושלים האט אב"ד ק"י מוחה געווען קעגן דעם סיום הש"ס ווייל מען האט געזאגט א קאפיטל תהלים פאר די צה"ל, איינער ווייסט אויב דאס איז אמת, און אויב מען האט טאקע געזאגט א קאפיטל תהלים פאר די צה"ל?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2005 22:12 |
|
| |
סתם שקר
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2005 22:32 |
|
| |
אינצווישן האב איך זיך אינטערעסירט, מיינע חברים אין ניו יארק האבן עס באשטעטיגט, אז מען האט געזאגט א קאפיטל תהלים, אין איין זאל זיכער, פאר די סאלדאטן און פאר די חולי ישראל און פאר די אלע וועלכע זענען געשעדיגט געווארן פון די טעראריסטן
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2005 22:56 |
|
| |
נאך עפעס: הגאון ר' יחזקאל גאלד פון מאנסי האט שוין מוהח געווען דערויף פאר קריאת התורה דעם פארגאנגענעם שבת, איינער וואס איז געווען אנוועזנד האט מיר געזאגט,
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2005 22:58 |
|
| |
נישט געזארגט, מ'האט נאר אינזין געהאט די סאלדאטען פון די "נחל חרדי" און נישט "ח"ו" די אנדערע סאילדאטען!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2005 23:01 |
|
| |
צביקי, האסט געמיינט "צבאות הויה" נישט "נחל חרדי", אבער בכל אופן, מען האט אינזין געהאט צו פטר'ן דעם מרור ווי מ'האט אינזין געהאט נחל חרדי, און טאקע אויף נחל חרדי, על זה דוה לבנו!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2005 23:48 |
|
| |
און וואס איז שלעכט צו זאגען א קאפיטעל פאר די סאלדאטען?
תהלים זאגען מיינט נישט אז מען איז מתפלל פאר די הצלחה פין די ציונים! מען איז מתפלל אז די אידען זאלען נישט געשעדיגט ווערען.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2005 23:54 |
|
| |
מתוך דברי רביה"ק מסאטמאר זי"ע:
דף היומי איז אגודה, אגודה איז ציונות, ציונות איז כפירה בה' אלקי ישראל!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2005 23:56 |
|
| |
מיסטער:
א מיליטער וואס איז געשטעלט אויף זוהמא און קיין שום איד וויל נישט דארט אריין, און פון אלע לענדער אין די וועלט, איז מדינת ישראל פון די פיר וואו עס איז דא א געזעץ פון גיוס בנות, און די געזעצן דארט זענען דירעקט געמאכט להחטיא, וואו עס גיבן איבער די חוזרים בתשובה פון דארט, און ווער עס גייט דארט אריין איז א מאבד עצמו לדעת, זאגסטו וואס איז דער פראבלעם?
וואס האט מיליטער פון די ציוניסטישע מדינה - וואס הכל מודים אז עס איז א בדיעבד - צו טון מיט א סיום הש"ס פון ניו יארקער אידן? אלא מאי, איגלאי מילתא אז דער גאנצער דף היומי איז בלויז פראפאגאנדע פאר די טמא'נע רשעים!
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2005 00:04 |
|
| |
אויך און ארץ ישראל, האט מען געזאגט א תפילה "לשלום חיילי צבא ההגנה לישראל".
עס איז נ ישט קיין ספק אז דער "דף היומי" צערעמאניע איז געווען א ציוניסטישער מאורע מיט אלע פיטשעווקעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2005 00:05 |
|
| |
איך בין נאכנישט פארטיג. איינעם וואס קרענקט ציונות, ווייל ער ווייסט אז דאס איז א מרידה אין מלכות שמים, קרענקט אויך די אומפארשעמטע מעשה. וועם עס איז אבער דאס ציונות צום גינסטן, פארשטייט נישט וואס איז שלאכט!
נאכמער, דער צה"ל וואס זאגט ישראל בטח בצה"ל, און דאס זאגט צבא הגנה לישראל, אז די צבא איז מגין אויף אידן, עפרא לפומייהו! מען ברויך נישט דעם באשעפער, מיר האבן מיליטער! קומט א איד פון בארא פארק און זאגט אז מען מיינט נעבעך גארנישט, מען מיינט פשוט אידן זאלן נישט געשעדיגט ווערן, פארוואס האבן זיי נישט געבעטן אז די אידן אין ניו יארק זאלן נישט געשעדיגט ווערן? די אידן אין לאנדאן? די אידישע סאלדאטן אין אמעריקע? בלויז די פארשאטענע שמאלץ טאפ פון די מדינה, אויף דעם וואס אלע ערליכע אידן האבן געזאגט אז עס איז ביהרג ואל יעבור, אויף דעם וואגט מען זיך צו זאגן א קאםילט תהלים, א מינוט נאכן זאגן שמע ישראל? געמאכט דעם עגל נאך קבלת התורה! מאך נישט קיין סיומים, און מאך נישט קיין מי שברך'ס פאר רשעים! יפה שתיקותיך מדיבורך!
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2005 00:10 |
|
| |
איינער זאגט מיר יעצט אז האדמו"ר ממאנסי האט געפרעגט מיט וואונדער אויב קיינער האט נישט מוחה געווען, ער וועט רעדן דערפון.
און הערר בארא פארקער, אויב דיינע אויגן זעען נישט קיין פראבלעם מיטן זאגן א קאפיטל תהלים פאר די צה"ל, פארוואס זאגסטו עס נישט יעדן שבת פאר קריאת התורה מיטן נוסח פון די רבנות הרשעות, וואס איז שלעכט? וואס זאגט מען שוין דען דארטן? אואדי מישט מעןל אריין דעם רבונו של עולם אין די טומאה, אט איז פונעם נוסח: יתן ד' אלקיך את אויביך הקמים עליך נגפים לפניך,
וכאן הבן שואל:
וואס איז שלעכט?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2005 00:23 |
|
| |
באראפארקער, דו גלייכסט דאך זוהר:
אמר רבי ייסא אי הכי דבגין דמטרוניתא הוה הא בגלותא דבבל מטרוניתא תמן הות אמאי לא הוה כך, אמר ליה הא תנינן דחטאה גרם דנטלו נשים נכריות ואעילו ברית קיימא קדישא ברשותא אחרא, ובגין כך אתאבידו מנהון נסין ואתוון דאתחזי למעבד להו מה דלא הוה הכי בגלותא דמצרים דכלהו הוו שבטי יה, בני ישראל עאלו בני ישראל נפקו, בגלותא דאדום בעי קודשא בריך הוא לאתיקרא בעלמא ולמיתי איהו לאקמא למטרוניתא ולנערא לה מעפרא ווי למאן דיערע תמן קמיה בשעתא דיימא (ישעיה נב) התנערי מעפר קומי שבי ירושלם התפתחי מוסרי צוארך, מאן הוא מלכא ועמא דייקום קמיה,
ח"ב ז' ע"א
וויפיל פון דעם חטא און טויזנט מאל ערגער קומט דארט פאהר, קענסטו אנפרעגן ביי הרב אמנון יצחק, ער וועט דיר שוין זאגן גענוי
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2005 00:32 |
|
| |
ב"פ, מהיום והלאה וועסטו איינפיהרן אין באבוב'ער בית המדרש דער מי שברך שבת אינדערפרי:
מִי שֶׁבֵּרַךְ אֲבוֹתֵינוּ אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב הוּא יְבָרֵךְ אֶת חַיָּלֵי צְבָא הֲגַנָּה לְיִשְׂרָאֵל, הָעוֹמְדִים עַל מִשְׁמַר אַרְצֵנוּ וְעָרֵי אֱלֹהֵינוּ מִגְּבוּל הַלְּבָנוֹן וְעַד מִדְבַּר מִצְרַיִם וּמִן הַיָּם הַגָּדוֹל עַד לְבוֹא הָעֲרָבָה בַּיַּבָּשָׁה בָּאֲוִיר וּבַיָּם. יִתֵּן ד' אֶת אוֹיְבֵינוּ הַקָּמִים עָלֵינוּ נִגָּפִים לִפְנֵיהֶם. הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִשְׁמֹר וְיַצִּיל אֶת חַיָלֵינוּ מִכָּל צָרָה וְצוּקָה וּמִכָּל נֶגַע וּמַחְלָה וְיִשְׁלַח בְּרָכָה וְהַצְלָחָה בְּכָל מַעֲשֵׂה יְדֵיהֶם. יַדְבֵּר שׂוֹנְאֵינוּ תַּחְתֵּיהֶם וִיעַטְרֵם בְּכֶתֶר יְשׁוּעָה וּבְעֲטֶרֶת נִצָּחוֹן. וִיקֻיַּם בָּהֶם הַכָּתוּב: כִּי ד' אֱ' הַהֹלֵךְ עִמָּכֶם לְהִלָּחֵם לָכֶם עִם אֹיבֵיכֶם לְהוֹשִׁיעַ אֶתְכֶם: וְנֹאמַר אָמֵן:
עפרא לפומייהו!
אנטשולדיגט פארן דיך אטאקירן, אבער האסט געשריבן זאכן אהן צולייגן קאפ, הן יעביר זדון "למשוגע", וד"ל.
א גוטע נאכט
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2005 00:38 |
|
| |
נכוכ'
צו צה"ל איז מאבד די חייל לדעת ווייס איך נישט, אבער דיר איז עם זיכער!
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2005 00:45 |
|
| |
איך בין נישט זיכער ווער עס איז מאבד עצמו לדעת, אדער מאבד עצמו כחמור בלי דעת
|
|
|
|
|