וויליאמסבורגע פרוי געפייניגט - שוידערליך מצורף קובץ
איך האב געטראפן אן אינטערעסאנטע מעשה אין א ספר, וואס האט זיך אפגעשפילט דא אין וויליאמסבורג. איך וויל נישט אריין גיין אין דעם ענין פון גלגולים, מ'קען אויף דעם עפענען א באזונדער אשכול. און אויך נישט אין דעם ענין פון די 'חכמים' וואס געבן זיך אפ מיט די סארט זאכן.
וואס איז מיר יא אינטערעסאנט צו וויסן איז: אויב איז די מעשה אמת, דאן האבן זיכער עטליכע צענדליגער מענטשן געוואוסט דערפון. ממילא בין איך עס מפרסם דא אויף היידפארק, ווי עס קומען זיך צוזאם אזויפיל מענטשן, וויל איך זעהן אויב איינער ווייסט אדער געדענקט עפעס אזא מעשה.
אויב יא, איז די מעשה ממש שוידערליך, תסמר שערות אנוש!
יעצט גיי שנעל קויף די ספר "שדי תפוחים" און פארגעס נישט צו געבן א "טיפ".
נשלח ב-8/3/2005 19:38
איהר מיינט אז משיח_השם קען נישט טייפן אויף לשון הקודש אין ווארד, סקענען וואס ער האט געטייפט און פאוסטן אויף ה"פ: "געטראפן אין א ספר"?
איך זאג נישט אז ער האט דאס געטון, אבער ער איז אימשטאנד
נשלח ב-8/3/2005 20:29
הרב נבוכדנאצר
שכויח פאר'ן ריכטיג אפשאצן מיינע קוואליפיקאציעס.
נשלח ב-8/3/2005 20:52
מען דארף נישט ליינען מער ווי צוויי שורות צו זען אז דער שרייבער איז א נארישער סטיריאוטייפער, וואס טומעלט צווישען אלדשיריע, וויליאמסבורג אין דשאמעיקא.
דאכט זיך מיר אז אויסער משיח האט נישט קיינער פון אונז נישט געטראפען א וויליאמסבורגער פרוי, וואס ביי איר געבורט האט מען גלייך מחליט געווען אז זי איז א שיקסע, די מעשה פאסק אפילו נישט פאר קיין נארמאלער לץ וואס וויל ליצנות מאכען פון דעם פרומער עולם, נאר פאר.
משיח במקרה האלט איך דיינע שרייבען טאלאנטען אסאך העכער פון דעם שרייבער, וואס זעט אויס ווי א פשוטער טיפש.
תוקן על ידי - עפשטיין - 08/03/2005 21:00:42
נשלח ב-8/3/2005 21:09
הרב עפשטיין
קודם כל שכויח פאר'ן קאמפלימענט.
שנית, איבער וואס דו האסט געשריבן:
דער שרייבער פונ'ם ספר האט גארנישט קעגן וויליאמסבורג. און אגב זיינע השקפות זענען אין א געוויסן זין, פונ'ם וויליאמסבורגער סארט. און אויב ליינסטו די גאנצע מעשה, וועסטו זעהן אז ער פירט גאר אויס, אז דער טאטע איז גערעכט מיט'ן איר אנרופן שיקסע.
דאס איז א דיקער ספר, וואס רעדט פון צענדליגער אנדערע נושאים. און אגב, בתוך הדברים האט ער אריין געווארפן די מעשה. ווען איך האב געליינט די מעשה, האב איך מתחילה אן נישט געגלייבט די מעשה, עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, אז אזא זאך זאל קענען פאסירן. אבער פון די צווייטע זייט, לויט ווי איך האב געליינט דעם סגנון פונ'ם שרייבער, זעה איך נישט קיין שום סיבה, פארוואס ער זאל אויפמאכן אזא מעשה. ער האט דארט נאך צענדליגער מעשיות פון גלגולים וואס ער האט געזעהן. און אויך פונ'ם גאנצן ספר, קוקט ער אויס ווי א תמימות'דיגער איש אמת. ממילא האב איך געטראכט עס צו געבן א שאנס. כ'וועל עס ארויף שטעלן דא, און הערן אויב איינער ווייסט עפעס פון אזא מעשה.
אין ערגעץ אין די מעשה - און אינ'ם גאנצן ספר - קוקט נישט אויס ווי ער האט עפעס קעגן וויליאמסבורג.
איך קען אבער פארשטיין אז א וויליאמסבורגער זאל ווערן געטראפן דערפון!
נשלח ב-8/3/2005 21:25
ביטע גיב פרטים, וויאזוי הייסט דער ספר ? ווער איז דער מחבר ?
איך האב חשק עס צו זעהן אינעווייניג, לויט די מעשה קוקט אויס אז ער האט נאך גאנץ אינטערסאנטע זאכען, פליז "ניתי ספר ונחזי"
נשלח ב-8/3/2005 22:02
משיח
וועגען דעם האב איך טאקע געשריבען אז די וועסט איהם יא גלייבען, אנדערע אבער וואלטען זיכער נישט געקויפט אזא טשאדעלע באדעלע מעשה.
נשלח ב-8/3/2005 22:02
זיין מאיעסטעט משיח_השם!
דער שרייבער פונעם ספר האט פרובירט איבעשרייבן אלע דמיונות וואס מיר האלטן אין איין לייענען דא אויף ה"פ אין פארזעצונגען, און עס איבערגעזעצט אויף מאדערן-לשון הקודש, אדער העברעאיש, וואס צו מיין באדויערן איז דער שרייבער נישט באהאוונט אין די שפראך, די שפראך פאר זיך איז לויטער לויטער וויליאמסבורג, ווער עס קען העברעאיש אדער לשון הקודש ועט דאס גלייך באשטעטיגן,
דער שרייבער קען נישטאמאל אזא איינפאכע זאך אז א ספר שדי תפוחים עקזיסטירט נישט, אפשר שדה תפוחים, אויך א ספק, עס איז נישט קיין טעות, נאר פשוט אי-ידיעה און דאס זעהט זיך אהן אויפן גאנצן שטיק שטות, יעדער מבין זעהט עס גלייך אהן, פאר שוטים קענסטו פארקויפן אלעס, אפילו אז דו ביזט משיח
נשלח ב-8/3/2005 22:04
משיח ס'איז זייער א שיינע אין דראמטישע מעשה,
אפשר לייגטסו דא ארויף נאך אזאלכע באבע מעשות פון די ביכל.
לענינינו אבער אין וויליאמסבורג איז אזא מעשה נישט פארגעקימען ווייל ווען יא וואלט יעדער געוויסט דעפון.
אפשר מיינסטו ישי פימא'ס מעשה? אדער יסעלע שאכמאכער?
נשלח ב-8/3/2005 22:17
הרב יקרבו
איך קלער אויך אז די מעשה איז נישט פארגעקומען כנזכר לעיל. אבער דאך האב איך זיך נישט געוואלט פארלאזן אויפ'ן אייגענעם שכל, כ'האב געוואלט אנפרעגן אנדערע צו קיינער האט נישט געהערט דערפון.
אין דעם ספר איז דא נאך אינטערעסאנטע מעשיות, ווי שוין אויבנדערמאנט דורך הרב שמחהלע. נאר דאס וואס דו בעטסט אז איך זאל עס דא ארויף שטעלן, קען איך ליידער נישט ערפילן. ווייל עס איז מיר זייער שווער דעם גאנצן פראצעדור. קודם דארף איך מאכן קאפיס פונ'ם ספר. דערנאך דארף איך דאס אריין סקענען. נאכדעם דארף איך אויסשניידן דעם טעקסט, (כדי מען זאל נישט זעהן פון וועלכן ספר כ'האב עס גענומען). ממילא גיי איך נישט אריבער גיין דעם גאנצן פראצעדור פאר שטותים.