| נשלח ב-13/3/2005 18:44 |
|
| |
אריינצוגיין אינעם שבת "שושן פורים" מבוסם
אריינצוגיין אינעם שבת "שושן פורים" מבוסם,
איז דאס כדאי? איז דאס אויסגעהאלטן? הייסט דאס א "בזיון" פאר שבת קודש?
איך האב דאס געטוהן פאריגעס מאל שנת תשס"א, ס'האט אלעס גע'ארבעט וואונדערבאר, חוץ אפאר קלייניגקייטן:
פרייטאג צונאכטס - פארגעסן צו טרינקן לחיים צווישן די פיש און זיפ...
שבת צופרי - שרעקליכע קאפ וויי!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2005 20:32 |
|
| |
קענסט טוהן נאך בעסער:
זיי מקבל שבת פרי, דאווען קבלת שבת און גיי אהיים עסן סעודת פורים מבעוד יום, אזוי קענסטו רואיגערהייט עסן און טרינקען
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2005 20:44 |
|
| |
דאס קען נישט ווערן געפלאנט פון פאראויס, מען טרינקט לכבוד מצות היום, און אז ס'ארבייט נאך לכבוד שב"ק, נו מהיכי תיתי.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2005 02:16 |
|
| |
אין אסאך אידישע שטעטעלעך אינדערהיים פלעגט מען זיך פירן אז ווען פורים (אדער שמחת תורה) זענען אויסגעפאלן אין א פרייטאג, האט מען געדאווענט מנחה, מען האט זיך געוואשן צו די פורים סעודה און זיך גוט אנגע'שיכור'ט, די סעודה האט מען אריינגעצויגן אין שבת אריין.
ביים זמן האט מען געצינדן ליכט, "פורס מפה" געווען און געמאכט קידוש, דערנאך מען ווייטער געצויגן די סעודה אין די נאכט אריין.
אויב עס איז אויסגעהאלטן אזוי צו טאן, וואלט אפשר כדי געווען מען זאל זיך אפשמועסן צו מאכן אזא מנין מנחה, אזוי וועט מען דאווענען מנחה ניכטערערהייט.
אפשר קען איינער פרעגן א מורי הוראה.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2005 02:17 |
|
| |
כ'האב געהערט אז אויך אין תולדות אהרן ביים אלטן רבי'ן זי"ע פלעגט מען אזוי טוהן פורס מפה זיין ומקדש!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2005 03:53 |
|
| |
די שמשים זאלען נישט פארגעסען אויסצוקלאפען פורים פאר הודו אז מען זאל זאגען בואי בשלום .....פאר הודו
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2005 17:28 |
|
| |
אינגערמאן
טרונק נישט קיין זיסן וויין אדער בראנפן וועסטו נישט האבן קיין קאפווייטיג
OLD WILLIAMSBURG
פלעגט מאכן א גרויסן קאפווייטיג און אנדערע פראבלעמן
ביז מען האט אים אריין געלייגט אין א פלעשל
היינט איז ער בסדר 
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2005 02:08 |
|
| |
מיר האט איינער נאכגעזאגט אויף ר' משה ארי'.
איך מיין אז עס איז א ירושלימער מנהג.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2005 18:57 |
|
| |
איך ווייס נישט וועם דו מיינסט ר' משה ארי'
מעגליך הגה"ק ירושלים'ער רב זצ"ל
אבער פון דארט איז נישט קיין ראי' און אויך נישט פון תולדות אהרן, ווייל דארט איז דאך "פורים המשולש"!!
אוי רבוש"ע הלואי דערלעבן מיר דאס - כאטש איינמאל - אין אמעריקא דעם "פורים המשולש"!!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2005 05:37 |
|
| |
עס איז דא אידן וואס זענען יעדן שבת מבוסם....
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2005 08:10 |
|
| |
איך בין געווען אין קרית יואל פאר פיר יאר צוריק ווען עס איז אויך געווען פרייטיג פורים, איי איז דאס געווען א שבת.
לויט די זאלי'ס האט מען יענעם פורים אריינגעפירט דעם רב אין שפיטאל, און ער האט גערעדט דאס וואס זייער שטריק גלייכט צו הערן (פאר וועמען עס געדענקט)...
איך בין דאן געווען ביים טיש ביז צען מינוט פארן זמן, ווען דער רב איז זיך געגאנגען גרייטן צום שבת.
דעם טיש איז איבעריג צו שילדערן, ווער עס האט דאס שוין געהאט די זכי' מיטצוהאלטן דארף מען דאך נישט דערציילן (מיר האט אמאל געזאגט א גאר גרויסער זאלי וואס איז פערצופאל אריין אין ביהמ"ד איינמאל פורים נאכמיטאג, אז דאס איז איינס פון די צייטן וואס ער איז מקנא די אהרונים), און ווער עס האט דאס נאכנישט געזען וועט עס במילא נישט פארשטיין.
אבער אין ביהמ"ד זענען ביים דאווענען געווען אסאך שיכורים.
אויפן ארון הקודש זענען ארויף אפאר פון די אנגעזענע אידן אין ביהמ"ד, אלע פון זיי גוט אנגעטרינקען, און געזינגען און געטאנצן מיטן גאנצן כח.
א הערליך בילד איז געווען ביי בואי בשלום, ווען דער רב שליט"א איז נאך געווען אונטערן איינפלוס פון די שארפע משקאות, און האט געטאנצן מיטן גאנצן כח.
דער גאנצער (ניכטערער...) עולם איז געשטאנען מיטן פנים צום אויבנאן, און מיטגעטאנצן מיט א התלהבות.
דעם אינטערעסאנטן בילד וועל איך קיינמאל נישט פארגעסן.
איך וועל פרובירן בע"ה היי יאר אויך דארט צו זיין, מסתמא וועט יעצט אויך זיין וואס צו זען.
תוקן על ידי - זאליweaky - 20/03/2005 8:18:54
 |
|
|
|
|
|