| נשלח ב-15/3/2005 02:02 |
|
| |
האט איר אינטערסאנטע פיילס, קליפס, אודיו, ווידיו ליגן אויף אייער קאמפיוטער, זייט מזכה דעם עולם, איר קענט דאס יעצט ארויפלייגן דורכ'ן גיין צו
א וועב סייט מיטן נאמען:
www.rapidshare.de
דארט קען מען אפלאודען פיילס, דארפסט נאר לייגן א לינק דערצו, צום ביישפיל:
http://rapidshare.de/files/860650/Track_16.mp3.html
(לקדש שם שמים!)
קרעדיט: kjfireman
זייט מזכה און מאכט פריילעך אנדערע!!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2005 17:22 |
|
| |
איך האף אי"ה ווען כ'וועל זיין נארמאל מסודר מיט אינטערנעט וועל איך מיטטיילן דעם עולם מיט אסאך שיינע אינטרעסאנטע קליפ'ס / ניגונים.
פארשטייט זיך וואס פאסט פאר אונזער עולם.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2005 23:41 |
|
| |
דזשובי לאזט זיך הערן, דו דערפרייסט אונז!!!
מיר ווארטן אויף דיר מיט געדולד און שפאנונג
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2005 23:58 |
|
| |
דזשובוי טייערער:
מיין פערסאנל מתנה צו דיין חתונה:
אן עצה טובה!
כאטש מיר אלע האבן שטארק הנאה צו הערן פון דיר, נוץ ענדערש אויס דיין צייט אויף "ושמח את אשתו", ווילאנג דו ביזט שנה ראשונה זע אויפצובויען א שטארקן קשר. און פארברענג נישט צופיל צייט אויפן קאמפיוטער.
פארשטייט זיך אז פון צייט צו צייט זאלסטו אהערקומען און אונז מהנה זיין מיט אביסל בילדער פון די ירושלימער געסלעך, אדער פון אנדערע פלעצער וואו די וועסט פארן האנימון...
אבער חתונה געהאט האסטו מיט דיין ווייב לאורך ימים ושנים, און זאלסט זוכה טאקע אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות זרע ברך ה'. אינעם זכות וואס דו האסט געראטעוועט א אידישן בחור, און נישט געלאזט פארמערן טומאה אין ארץ ישראל...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2005 04:00 |
|
| |
איך נוץ NETMOP פאר א פילטער צו קענען גולש'ן בקדושה וטהרה אפשר קען מיר איינער אזוי גוט זיין און ערקלערן פארוואס לאזט ער מיך נישט אריין צו RAPIDSHARE?
און ווי געט מען זיך אן עצה מיט דעם אן דארפען אויפגעבען דעם חשוב'ער פילטער?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2005 04:06 |
|
| |
ווייל מעגליך איז דארט דא צו באקומען נישט גוטע סחורה אויך. די בעסטע עצה איז צו אנרופען זיי אליין און פרעגן, אפשר וועלן דיר דאס עפענען אויף דיין בקשה
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2005 04:24 |
|
| |
צו קען מיר איינער זאגן אויף פלעין אידיש וואס איך האב צו טון דארט ???
דערווייל קלאץ איך ווי דער האן אין בני אדם אויף די רול'ס פון רעפיד שעיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2005 04:27 |
|
| |
קריך נישט ווי מדארף נישט!!! יא!!
|
|
|
|
|