בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

בטחון... אמונה.... ווי שטארק זענט איר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/3/2005 02:06 לינק ישיר 
בטחון... אמונה.... ווי שטארק זענט איר

ווען איר כאפט א קלאפ?

זאגט איר
1) OH.... א גואישע קללה
2) גם זו לטובה
3) כפרת עוונות



ווען איר פערפאסט די באס-פליגער?

1) די באס דרייווער/עירליין זענען חיות... איך פאר מער נישט מיט זייט
2) אלעס איז לטובה
3) פאר א גוט יאהר, אלעס גייט מיר קאפויער


ווען עס עפענט זיך אויף א קאמפעטישאן נעקסט-דאר צו אייער סטאר?
1) איך וועל איהם ווייזן וואס איך קען
2) וואס מיר איז באשערט קען קיינער נישט אוועק נעמען
3) איך ווער דעפרעסד...


ענטפערט די שאלות, און שרייבט נאך דוגמאות פון שוועריגקייטן אין לעבן, מיט אייער רעאקציע דערצו....



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/3/2005 08:14 לינק ישיר 

אסאך מענטשען ווען זיי פארפאסען א באס אדער א פליגער, זאגען גם זו לטובה, און האפען אז די באס - פליגער וועט זיך איבערדרייען אזוי וועלען זיי קענען פארציילען די גרויסע נס וואס איז מיט זיי געשעהן!
יא מענטשען זענען אמאהל אכזרים שלא במתכוין!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2005 17:12 לינק ישיר 

אינגערמאן

אויף דיי דריטע שאלה

פרעג די אדמורים די שאלה, אין לייג צו: וואס איז דיין ריאקציע ווען דיין אייגענער ברידער מאכט אויף א רביסטעווע?

1) צו זאגסטו OH ...
2) דו קריצט מיט די ציין שטילערהייט, אבער פון דרויסן שמייכלסטו
3) דו מאכסט א דרויסע מחלוקה מיט א ריזיקען חילול ה'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/3/2005 23:36 לינק ישיר 

BAACHI בריך שובך לשלו', א מחיה דיך צו זעהן און הערן צוריק.

בארא פארקער, דאס איז א שטארקע פוינט וואס מענטשן דארפן געדענקן, אז אפילו דער באס פליגער דרייט זיך נישט איבער איז אויך געווען לטובה דאס שפעטיגן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2005 01:14 לינק ישיר 

דאס בעסטע איז צו זאגו

ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאותי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2005 03:30 לינק ישיר 

די אמעריקאנער געזעץ האלט אז קאמפעטישאן איז גוט פאר ביזנעס, והא ראיה היינט מעג יעדער מאכען א געשעפט אפילו לעבן א שכן וואס טוט די זעלבע זאך.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2005 19:41 לינק ישיר 

איך מיין אז קאפעטישען איז גוט פאר די עקאנמיע, ווייל יעדער געט אויס געלט אויף אדווערטייזמענט און אנדערע וועגען צו באקומען בעסערע פרייזען וכו', אבער פאר ביזנעס איז עס זיכער אמאהל שלעכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2005 19:48 לינק ישיר 

אינגערמאן.
זייער אן אינטערסאנטע נקודה.
און איך בין כמעט איינשטימיג אז ביי פשוט'ע מענטשן פאסירט אלע 3 טעמים... אינאיינעם.
אזוי ווי די הערסט:

קודם זאגט מען די ערשטע:
1) OH.... א גואישע קללה

אבער עס העלפט דאך נישט...
ברומט מען אונטער:
2) גם זו לטובה

און מ'טראכט צו זיך שטילערהייט (אביסל פארלוירן):
3) כפרת עוונות


די צווייטע סינעריא איז די זעלבע:

ווען איר פערפאסט די באס-פליגער?

קודם זאגט מען די ערשטע זאך:
1) די באס דרייווער/עירליין זענען חיות... איך פאר מער נישט מיט זייט

נאך דעם נוצט מען נומר 3:
3) פאר א גוט יאהר, אלעס גייט מיר קאפויער

צום סוף... ווען מ'איז שוין רעזיגנירט ברומט מען אונטער...
2) אלעס איז לטובה

אין די דריטע סינעריא טראכט איך איז אזוי:

ווען עס עפענט זיך אויף א קאמפעטישאן נעקסט-דאר צו אייער סטאר?

די ערשטע סטעפ וואס א "עמך מענטש" טוט און טראכט, און פלאנירט איז:
1) איך וועל איהם ווייזן וואס איך קען

נאכדעם קומט נומער 3:
3) איך ווער דעפרעסד...

ווען מ'איז שוין אביסל דעפרעסד און פארלוירן שטארקט מען זיך, און מ'נוצט נומער 2:
2) וואס מיר איז באשערט קען קיינער נישט אוועק נעמען



דאס איז אלעס ביי פשוט'ע מענטשן.
אויסגעארבעטע מענטשן אין בטחון
מענטשן פעסט אין אמונה פשוטה
האלטן דעם כאראקטער אייביג, און פרובירן צו זאגן שטענדיג "גם זו לטובה".
און זענען מקבל באהבה אז אלעס איז צום גוטן און אזוי דארף עס זיין.

דאס אז תהא מיתתי כפרתי כאראקטער אדער (זאל מען מיט דעם אפקומען) איז ריכטיג יאוש, אין מיינע אויגן.
אויב איז עס לטובה, קומט מען דאך נישט אפ.
נישט אזוי?

אדער אפשר נישט?
מעגליך אז א איד האט דעם צוגאנג:
עס איז זיכער לטובה, און מאתו יתברך לא תצא הרעות.

און אויב ס'איז יא זיכער נישט גוט פאר מיר... איז עס גוט פאר מיר אויף יענע וועלט, ווייל איך קום אפ יעצט...
איז עס ווייטער א טובה פאר מיר.

קען זיין, אז דאס איז דער ריכטיגער דרך.


תוקן על ידי - אויסשווארץ - 17/03/2005 20:02:56



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2005 23:51 לינק ישיר 

אויסשווארץ, אן אינטערעסאנטע תגובה
וואס גיט א שטיקל אנאליז אויפ'ן געדאנקן גאנג פון עולם-גולם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 00:42 לינק ישיר 

shia550

ביזט גערעכט, קאמפעטישן איז גוט פאר ביזנעס
אין אסאך רביס איז גוט פאר יידען

כמאמר הכתוב
ברבות צדיקים ישמח עם (משלי כט)

יעצט פועל ביי די רבי'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 01:40 לינק ישיר 

baachi

וואס האט רבי'ס צוטוהן מיט צדיקים?

און צום ענין, איז דער תגובה (נפשית) פינעם מענטש א זאך וואס ער קען ווען אנקלערין זיך אז אזוי גייט עס אדער אולי איז דאס גאנץ שטארק טבעיות'דיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 04:21 לינק ישיר 

דאס איז קלאר אז קאמפעטישאן איז גוט פאר יעדעם אפילו ביי ראביסטעווע.
עס איז דאך פשוט אז איין מענטש קען נישט סערווירען אזוי פיל מענטשען.
נאר וואס דען דער פרייז איז צו הויעך, די מחלוקת פרייז אין דער רושם וואס דאס לאזט אויפן יוגענט, איז צו א הויכער פרייז וואס כלל ישראל צאלט פאר דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 20:09 לינק ישיר 

די טעמע איז וואס אינגערמאן האט געשטעלט.

אמונה/בטחון - נישט עפעס אנדערש.
ביטע פירט עס נישט אריין אין בלאטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 20:44 לינק ישיר 

אויסשווארטץ

יישר כח פאר דיין געשמאקען שטיקעל

בדרך אגב, באזני שמעתי פין א אינגערמאן וואס האט געדרייבט א קאר אין ער האט געהאט a close one האט ער אין די סעקונדע אויסגעשריגען "תהא מיתתי כפרה" =, פרעג איך איהם היתכן? טענה'ט ער מיר, אז אזוי איז מבואר אין חז"ל ווען מען טראכט אז עס איז שוין געקומען די גרויסע טאג... עיין שו"ע סוף יו"ד...

נא וואס זאגסטו צו דעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 21:19 לינק ישיר 

אין ספרים ווערט געברענגט אז ווען עס קומט אונטער א אןמאיינגענעמע זאך זאל מען זאגן:

"ראה עניי ואמלי ושא לכל חטאתי"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 22:27 לינק ישיר 

jid

ביזט גערעכט מיט די צדיקים THEY FOOLED ME FOR A MOMENT

וועגן דעם תהא מיתתי...

ער האט אוודאי געמיינט "תהא מיססי כפרתי" דהיינו: זיין מיסיס...

איך מיין אז דער ענטםער צו די שאלה איז אין די גמרא ברכות נ"ד. (מען מעג עס נאך לערנען, דער דף האלט נאך נישט דארט)

"חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה שנאמר (דברים ו) ואהבת את ה' אלהיך בכל לבבך וגו' בכל לבבך בשני יצריך ביצר טוב וביצר הרע ובכל נפשך אפילו הוא נוטל את נפשך ובכל מאדך בכל ממונך ד"א בכל מאדך בכל מדה ומדה שהוא מודד לך הוי מודה לו"

ווייטער אין די גמרא

מאי חייב לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה? אילימא כשם שמברך על הטובה הטוב והמטיב כך מברך על הרעה הטוב והמטיב, והתנן: על בשורות טובות אומר הטוב והמטיב על בשורות רעות אומר ברוך דיין האמת? אמר רבא לא נצרכה, אלא לקבולינהו בשמחה. אמר ר' אחא משום ר' לוי: מאי קרא (תהילים קא) "חסד ומשפט אשירה לך ה' אזמרה"? אם חסד אשירה ואם משפט אשירה. רבי שמואל בר נחמני אמר מהכא: (תהילים נו) "בה' אהלל דבר באלהים אהלל דבר בה'". אהלל דבר זו מדה טובה, באלהים אהלל דבר זו מדת פורענות. רבי תנחום אמר מהכא: (תהילים קטז) "כוס ישועות אשא ובשם ה' אקרא צרה ויגון אמצא ובשם ה' אקרא". ורבנן אמרי מהכא (איוב א) "ה' נתן וה' לקח יהי שם ה' מבורך". אמר רב הונא אמר רב משום רבי מאיר וכן תנא משמיה דר' עקיבא: לעולם יהא אדם רגיל לומר כל דעביד רחמנא לטב עביד. כי הא דרבי עקיבא דהוה קאזיל באורחא. מטא לההיא מתא בעא אושפיזא לא יהבי ליה. אמר כל דעביד רחמנא לטב. אזל ובת בדברא והוה בהדיה תרנגולא וחמרא ושרגא. אתא זיקא כבייה לשרגא. אתא שונרא אכליה לתרנגולא. אתא אריה אכליה לחמרא. אמר כל דעביד רחמנא לטב. ביה בליליא אתא גייסא שבייה למתא. אמר להו לאו אמרי לכו: כל מה שעושה הקדוש ברוך הוא, הכל לטובה.

דאס איז די תורה, אויף דעהם דארף מען ארבעטן, כל אחד לפום דרגא דיליה

וויאזוי מען קען דאס טוהן?

אויף דעהם האט שוין דער מגיד געשיקט צום רבין ר' זושא. והדברים ידועים לחכמי הפארום

איך מיין אז די תשובה פון רבין ר' זושא (מיר איז נאך קיינמאהל נישט שלעכט געוועהן...) איז די העסטע מדרגה אין די עבודה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > בטחון... אמונה.... ווי שטארק זענט איר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext