| נשלח ב-16/3/2005 10:16 |
|
| |
בעלזער רבי = מלך ישראל
אחר כל המעשות איז דער בעלזער רבי די שענסטע רבי
אזוי ווי בעלזא אמאהל איז דער בעלזער רבי היינט די רבי פון רבי'ס
סאטמער איז אין די בלאטע פון די בענאקעס
באבוב איז אין די זעלבע בלאטע
אין גער איז נישטא קיין סיפוק
ליבאוויטש איז די רבי שוין היינט איבער די הונדערט און פאנקאציאנירט שוין נישט
וויזשניץ איז די רבי אויך אין א שווער מצב
וואס בלייבט איבער נאר בעלזא
בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יראת שמים
על אפם וחמתם פון די "אזוי גערופענע קנאים"
תוקן על ידי - דישיגוטער - 16/03/2005 10:25:32
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 02:15 |
|
| |
פאר די וואס גלייבן אין די שיטה פינעם בעל ויאל משה{{וואס ד"א קיינער האט נאך נישט אפגעפרעגט}}
וועט בעלז רבי גאר אסאך זיך האבן צי פארענטפערן בבי"ד של מעלה פאר זיין די מנהיג אין שטיפן מיט זיין עדה דעם עגל הציוני
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 03:39 |
|
| |
getme
האם כוונתך שהרבי מבעלז כשיבוא למעלה יצטרך לענות לאלו שמאמינים בהשיטה?
אולי לא הבנתי טוב, נא להסביר.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 04:03 |
|
| |
זיי מיר פינקטליך מסביר וואס די פארשטייסט נישט!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 08:28 |
|
| |
getme שרייבט:
{{וואס ד"א קיינער האט נאך נישט אפגעפרעגט}}
עס איז דא אסאך גרויסע תלמידי חכמים און פוסקים וואס טענהן אז די ענין פון די ג' שבועות איז נישט קיין הלכה נאר אגדה, און מ'קען נישט פסקנ'ן הלכה פון אגדה. (נישט אומזיסט ווערט עס נישט אנגענומען ביי די פריערדיגע פוסקים, רי"ף רמב"ם און מחבר)
(עס איז שוין אמאל געווען דא אן אשכול וועגען קנאות, וואס דארטען איז געשטאנען אביסעל וועגען דעם)
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 15:10 |
|
| |
איידער דו היבסט אן רעדן פון קנאות, מא זיכער אז דו ווייסט אויף וועלכע וועלט דו ביזט.
די טענה איז א אויסגעדראשענע, און רביה"ק זי"ע האט נישט געשריבן א גאנצן ספר, וואס קיינער (פון די וואס האבן דעם ספר געזען) האט נאך קיינמאל נישט אפגעפרעגט, כדי מען זאל זיך דא אנהייבן צו טענה'ן אויף די אלע, פשוט'ע, זאכן.
דער בעסטער ענטפער אויף די אלע טענות איז, אז אפילו די אגודה'ס אייגענע גדולים, בעפאר זיי האבן אנגעהויבן שמעקן א דאלער (אדער א זלאטע צו א ש"ח...), האבן אויך אלעמאל געהאלטן אז עס איז ביהרג ואל יעבור.
א מסורה פון צוויי טויזנט יאר איז גענוג א שטארקער באווייז.
---------------------
און אז מען רעדט פון בעלז, וואס די היינטיגע אגודי'סטן גלייכן זיך צו באנוצן מיט די (אלטע - להבדיל - נוצרי'שע) טענה, אז דער סימן אז ער איז יא געווען גערעכט איז וויבאלד עס גייט אים גוט.
איך וועל נישט אריינגיין אין מציאות ווי גוט עס גייט אים (אלע זיינע חסידים ווייסן אז ער איז היינט משונה'דיג דעפרעסט).
אבער ווער דא אויף היידפארק איז גרייט זיך אונטערצונעמען פאראויס צו זאגן וויאזוי בעלז גייט אויסזען אין צען יאר ארום ???
און צו איז שייך צו זאגן אז וויבאלד צוואנציג יאר צוריק זענען זיי (אויך מודה אז זיי זענען) געשטאנען שלעכט, איז דעמאלט'ס זענען זיי נישט געווען גערעכט ???
ווען האבן זיי אנגעהויבן גערעכט צו ווערן, און ווען גייט זיך דאס ענדיגן ?
מיט יעדן טויש וואס גייט דארט געשען, גייט געטוישט ווערן דער סטאטוס פון גערעכט צו אומגערעכט, און פארקערט ???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 16:58 |
|
| |
אז עס איז אויסגעדראשען איז מסתמא דא אן אויסגעדראשענע תירוץ, אפשר קענסטו דאס פויסטען און מיר וועלען זיך איבער צייגען צו עס איז לאגיש.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 17:34 |
|
| |
weaky
עפעס זעט אויס ווי עס גייט דיר בנפשך אז בעלז איז מצליח, נו, אויב דאס איז טאקע נישט קיין הוכחה אויף די גירעכטיקייט פין זייער שיטה, נו, וואס דען באדערט דיר? איז עס אפשר פערזענליכער ענינים אדער גאר עפעס אנדערש? אדרבה, ערקלער.
חוץ פאר דעם, דאכט זיך אז די בעל מחבר ספר תורה שלימה האט עפעס גישריבען א תגובה אויפען שיטה, זענט איר אולי באקאנט וואס?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 17:44 |
|
| |
עס גייט מיר גאנץ ווייניג אן וואס אין בעלז(א...) טוט זיך, און וויפיל מענטשן ער האט.
אבער די וואס ווילן זאגן, אז דער סימן אויב א מענטש איז אויפן ריכטיגן וועג איז זיין הצלחה, רירן אן אין איינעם פון די עיקרי האמונה.
אין נאמען פון אזעלכע טענות, האבן די קריסטן טויזנטער יארן גע'הרג'עט אומצאליגע אידישע נפשות.
----------------
איך וועל אי"ה זיך נישט שטעלן טענה'ן איבער זאכן וועלכע זענען קלאר אפגעשריבן לדורות.
ובפרט מיט מ.מ. ישר, האבן אונז שוין חז"ל באפוילן, אז א מין ישראל איז "כל שכן דפקר טפי". און איך בין ערצויגן געווארן מיט א חינוך צו גלייבן די חז"ל...
און נאכאמאל, דער בעסטער ענטפער דערויף, איז די ווערטער און השקפות פון די גדולי ישראל וועלכע האבן געגרינדעט די אגודה, און זייערע ווערטער איידער זיי (און זייערע יוצר משרתים) האבן אנגעהויבן שמעקן געוויסע זאכן...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 17:46 |
|
| |
איך האב שוין באמערקט דעם זינלאזן נארישן אשכול עטליכע טעג צוריק, עס וועט אריינדרייען אין ויכוחים בלי סוף, אבער פטור בלא כלום אי אפשר ווען מענטשן רעדן אזוי ווייט נישט צו דער זאך.
פאר וועם "מלכות" באדייט: מענטשן-פלייש; שטייגענדע צאל ספרים אין שאנק; פאפולערע צייטונגען; גרויסע חתונות מיט פיהל באטייליגטע; און נאך "פארטייאישע" זאכן, דאן וועל איך מיט איהם אריבערפליהען אויף ריאד, די הויפטשטאט פון דעם האלב-אינזל סאודי אראביע, און איך וועל אים ווייזן די הערליכע פאלאצן און אטעם פארכאפנדע וואלקן קראצער וואס די רייכסטע שטאט אויף דער וועלט פארמאגט, און די מאיעסטעטישע קליידער מיט וועלכע דער קעניג און קרוין-פרינץ זענען געקליידעט, אין צוגאב צו די עהרע וואס דאס גאנצע פאלק (אריבער 25 מיליאן) שענקט צום קעניג און די גאנצע קעניגליכע פאמיליע, און די גוטע עקאנאמיע וועלכע הערשט דארט,
די אלע זאכן האבן נישט קיין ארט אין אידישקייט, פארטייען; פארענטשעס; גרויסע חתונות זענען טפלות וואס זענען פארוואנדלט געווארן אין א עיקר, און געמאכט פערמאנענט פארגעסן דעם עיקר, עס איז א לאנגער שמועס, יעדער בר דעת וועט צושטימען דערצו.
קומט דאך אויס, אז עס מאכט נישט גרעסער אדער קלענער דעם גברא צי עס איז יא אדער נישט דא קיין קאנפליקטן אינערהאלב זיין פארטיי; צי ער האט 15 זין אדער בלויז איין זוהן; צי ער קען צוזאמענקראצן טויזנטער אדער בלויז הונדערטער מענטשן; און נאך אזוינע זאכן וועלכע האבן נישט קיין שייכות צו אידישקייט און חסידות (!),
יא. א גויאישן אראבישן קעניג מאכן די אלע זאכן גרעסער און מעעכטיגער, אבער די גרעסטע אידישע רבנים האבן געלערנט תורה מתוך הדחק, און די גמרא זאגט (חגיגה ט) יאה עניותא לישראל וכו', ר' חיים זאנענפעלד האט אויפגענומען דעם ענגלישן מיניסטער אין זיין קעלער-וואוינונג; די אויגן פון רבנים האבן קיין מעבל נישט געזעהן דורכאויס זייער גאנצן לעבן; דער פרי מגדים איז געשריבן געווארן אויף די פאפיר אין וועלכע מען האט איינגעוויקלט די פיש לכבוד שבת; און נאך צענדליגער אזעלכע בישפילן. אודאי זענען געווען אויסנאם פעלער, אבער אין אלגעמיין איז דאס געווען דער מצב.
אין קורצע ווערטער: אויב איז בעלזער רב א מלך ישראל ווייל זיין פארטיי איז שיין און "בויט" זיך שיין, און מען רעדט נישט פון דעם אינהאלט - דאן איז FAHD bin Abd al-Aziz Al Saud דער מלך הגוים, ווייל ביי איהם אין איז דאס קעניגרייך אויפן העכסטן שטאפל.
דארט ווי עס איז דא תורה און יראה - דארט איז דער מלך ישראל וגואלו באלעבאס; דארט וואו אויסערליכע נארישקייטן פארנעמען דעם אויבנאן - איז דער פארטיי הויפט דער מלך.
ביי אידן האט מען זיך שטענדיג געקריגט, לשם שמים און שלא לשם שמים, עס האט קיינמאל נישט קלענער געמאכט אידישקייט, קאפויער, שוהלן האבן זיך געעפנט ישיבות האבן זיך געגרינדעט, אבער מינות און חוצפה קעגן גדולי ישראל האט שוין יא דערפיהרט צום ערגסטן.
קיינער מאכט נישט אוועק בעלז, ער האט באמת טייערע יונגעלייט און חשוב'ע שטובער, אבער נישט צוליב דעם איז ער מלך ישראל ווייל מען שלאגט זיך נישט וכו' ווי דער גאליציאנער שרייבט, אנדערע קהילות שטייען נאך אזוי גוט ווי איהם, אין לעיקוואוד זיצן טויזנטער יונגעלייט על התורה אהן פארענטשעס אהן מלכות, ודי לחכימא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 18:22 |
|
| |
מלך-בבל, יענעם'ס גראז איז גרינער!
דו אלטץ קעניג פון בבל רעדסטו דיר איין אז אין סעאודי אראביע איז די קעניגרייך אויפ'ן העכסטען שטאפעל.
זיי נישט אזוי געפאלען ביי דיר. א קעניגרייך וואס יעדע פאר חדשים לייד שרעקליכע טעראריסטישע אקציעס, שטייט אויף הינער פיס!
עס איז כמעט נישטא נאך א לאנד וואס די טעראריסטען זענען אזוי אריין געדרייט אין יעדע אפיס ווי אין סאודיע.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 18:37 |
|
| |
מלך בבל איז גערעכט
די שיינקייט פון בעלז היינט איז נישט אז מען שלאגט זיך נישט, ווייל דאס מיינט באמת גארנישט, קען דען איינער וויסען וואס וועט זיין קומענדיגע יארען, אבער איך בין אויף מודה איז די בעלזער האבען באמת שיינע אינגעלייט, דאס מיינט אויך נישט אז בעלז איז גערעכט מיט השקפה, אבער עס איז זיכער אזאך ארויפצוקוקען אויף זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 19:57 |
|
| |
פאליטיק מיט מלכות האט נישט קיין שייכות, טעראריסטן קענען זיך געפינען איבעראל, און טאקע בעלז איז גאנץ שוואך מיט פאליטיק, ער האט שוין געשלאסן א קשר מיט ש"ס, מיט דגל התורה ווען עס איז איהם אויסגעקומען גוט, יעצט איז ער מיט די אגודה, ער איז דירעקט נישט גוט אין פאליטיק, אבער עס מינדערט נישט זיין מלכות...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 20:12 |
|
| |
כרומיזא
עס איז ארויסגעקימען א ספר מיטן נאמען
ויואל משה
פין ווען די ספר איז ארויסגעקימען אויב וואלט נאר געווען א ספק אז מען קען עס אפווענדען וואלט די אגודה ארויסגעגעבן אפלוי הינדערט ספרים עס אפציווענדען זיי האבן געהאט געניג געלט.רבנים.שרייבערס.עס צי טיען.אלא מאי זיי האבן עס נישט געטין איז א סימן אז מען קען נישט
אלא מאי פארוואס פאלגן זיי נישט אויס דעם ספר???
ווייל תאוות הממון איז גאר א שטארקע זאך!!!!!!
תוקן על ידי - getme - 17/03/2005 20:19:08
|
|
|
|
|