|
|
| נשלח ב-17/3/2005 21:37 |
|
| |
איך שטעל זיך פאר אז די אגודה האט נישט געפילט פאר וויכטיג ארויס צוגעבען א ספר קעגען, ווייל זיי האבען געהאלטען אז עס איז אן השקפה ספר, און חוץ פון דעם איז עס קיינעם נישט מחייב נאר סאטמער.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 21:53 |
|
| |
getme
עס איז יא געווען וואס האבען עס אפגעפרעגט, איך גיי נישט דא אריינגיין אין קיין נעמען ווייל איך זוך נישט מען זאל זיי באשמוצען, אבער למעשה פעלט עס נישט אויס, יעדער פירט זיך ווי זיינע גדולים, פונקט ווי עס האט נישט קיין פשט אז איך זאל זאגען א סאטמאר האט פארקויפט זייער נשמה פאר געלט ביי שערי חמלה, ווייל זיי האבען געהאט גדולין וואס האבען געהאלטען אז מען מען יא, די זעלבע פארשטיי אז די דארפסט נישט געבן קיין דעות פאר גדולי ישראל וואס האבען געהאלטען את כספינו אנו נוטלים, אין עס איז באמת נישט וויטיג צו שרייבען קונטרסים קעגען א דעה פון א גדול בישראל ווי דער סאטמארער רבי זי"ע.
איך האלט עס איז באמת געווען א קלוגע זאך פון איינער פון די היינטיגע חברי הבד"ץ פון די עדה החרדית וואס האט צענזורירט דאס וואס ער האט געשריבען אין פריערדיגע מהדורות פון זיין ספר, אז ויואל משה איז מער אגדה אין איז נישט נוגע הלכדיג, הגם ער האט פארגעסן צו צענזורירען די מפתח פון זיין ספר.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 22:39 |
|
| |
מלך בבל
מאכסט ליצנות ברענגסט מזרחיסטישע ליטראטואר ווען מען שמועסט פון חרדים?
יא אסאך האבען געשריבען, איך האב געזען א דיקער קונטרס פוןר' יואלך כהן וועגען דעם, נאך נעמען וויל איך נישט דערמאנען, לא ראית אינו ראיה.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 22:42 |
|
| |
און מיסטער כורמיזא
איך שטעל זיך פאר
איך שטעל זיך פאר גאנץ אנדערש.
אז די אגודה האט נישט געפילט פאר וויכטיג ארויס צוגעבען א ספר קעגען, ווייל זיי האבען געהאלטען אז עס איז אן השקפה ספר
האסט עס אמאל אדורכגעלערנט? שקר! עס איז פול מיט הלכה, אמת עס איז נישט מסודר, אבער צו זאגן אז עס איז בלויז אגדה - שקר מוחלט
און חוץ פון דעם איז עס קיינעם נישט מחייב נאר סאטמער.
סאטמאר רב האט דען פארטרעטן א פארטיי? ער איז געווען א רב וואס האט מעורר געווען אידן איבער א פירצה, פונקט ווי אלישיב האט געשאיבן וועגן שייטלען, וועט מען זאגן עס איז מחייב בלויז ליטווישע און היכל שלמה'ניקס? הלכה איז הלכה, וואס איז דען א חילוק ווער עס זאגט עס? ווענד אים אפ, זאג אנדערש, בלייבסט שטיל - ביסטו נישט גערעכט.
איך האב געשריבן גלייך אנהויב אז דא וועט ווערן א ויכוח שלא מן הענין, און איך האב שוין געוואוסט דאס פון די רגע ווען דער גאליציאנער חכם האט ארויפגעלייגט דעם קרוין אויף דעם קאפ פון האדמו"ר מבעלזא, אבער אזוי איז דער פאקט, מענטשן רעדן אבי גערעדט, ומה שכסיל אחד וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 23:05 |
|
| |
און צו דיר מיסטער ליכטיג,
כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט
דער מתנחל-מזרחי זאגט קלאר, אז די שבועות זענען הלכה נישט אגדה
דאס איז כעין הודאת בעל דין
איך וועל אונטערשטרייכן מיט רויט, אפשר וועסטו פארשטיין
__________________________________________
און זשיד, ס'איז אין לדבר סוף מיט דיין גאונ'ישע קשיא איבער די שנאה פון אמעריקע און ענגלאנד, און בכלל דער ווארט שיטה האט נישט קיין שום פירוש, זאלסט מיר מוחל זיין אבער דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט, גיי זעץ זיך לערנען
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2005 23:15 |
|
| |
מלך בבל,
דאס שרייבסטו:
סאטמאר רב האט דען פארטרעטן א פארטיי?
פונקט דאס האב איך טאקע געוואלט ארויס ברענגען, אז יא. ער האט פארטרעטען 'סאטמער' און אויב ער האט אנגענומען אז דאס איז די הלכה איז עס מחייב די מענטשען וואס זענען כפוף לפסקו, און קיין איין רב דארף נישט אננעמען זיין פסק.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2005 00:21 |
|
| |
פאר זשיד איז א שאד יעדעס ווארט,
כורמיזא, קיינער זאגט נישט אז סאטמאר רב איז איינעם מחייב, מען האט געפרעגט פארוואס האט נישט: טשעבין, בעלז, גור, ר' אהרן קאטלער, כהנמאן, און דער ערלוי'ער צדיק (כ'ווייס נישט אויב מען מעג אים רעכענען בשורה אחת מיט די געהויבענע אידן) געזאגט א ווארט בנוגע סאטמאר רב'ס חששות איבער די שלש שבועות און אנדערע הארבע זאכן וועלכע ער האט ארויפגעברענגט?
דער תירוץ איז קלאר און דייטליך אין דעם ספר "מקאטוביץ ועד ה' באייר", קויף עס וועסט זיך מחיה זיין...
און לאמיר דיר פרעגן: ווען א רב אין א געוויסע שטאט (לאמיר זאגן סאטמאר) וועט אנטדעקן אז מען האט גע'שחט'ן נבילה פלייש אין א געוויסע פלייש-באנק, און שרייבן דערויף ראיות ברורות, און א רב פון אן אנדערע שטאט (למשל ערלוי) וועט זיך בכלל נישט וויסנדיג מאכן דערפון, וואס וואלטסטו געהאלטן פון אזא רב (די נגיעות אין א זייט!)
שטענדיג האבן רבנים מברר געווען די הלכה. סאטמאר רב האט מברר געווען אז עס איז א מרידה במלכות שמים. די מזרחי האבן מברר געווען אז עס איז אן אתחלתא דגאולה. די אגודה איז עפעס געבליבן ווי עוזא ועזאל תלויים בין שמים לארץ, נישט אהער און נישט אהין, און קיין איין בירור הלכה האבן זיי נישט ערצייגט.
יעצט פרעג ווייטער מיין טייער קינד.
זשיד, דיינע הודעות וועל איך בל"נ נישט ענטפערן. די אגודה האט אויך נישט געענטפערט איפן ויואל משה... כורמיזא און ליכטיג ועוד זענען מיר גוטע פריינד (מסכים?), זיי רעדן צו דער זאך, חילוקי דעות איז שטענדיג דא, אבער פאר סתם שיסן און צוריקשיסן האב איך נישט קיין צייט, זיי מיר מוחל למפרע
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2005 01:49 |
|
| |
מלך בבל!!!!!!!!!
הרי אני בהכנעה יתירה לפניך ואם ח"ו נפגעת אישית הרי אני מבקש ממך סליחה מחילה וכפרה
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2005 03:12 |
|
| |
די מלך בבל אויב פארמאגט סאטמער אזעלעכע קלוגע אידן ווי די פארוואס קענסטו נישט אפשטילן די חילול השם פון סאטמער וואס מ'האלט מיט ווי א זוהן א כבוד פרעסער האלט האסטעדזש א גאנצע חסידות נאר וועגן זיינע אפיטיט וואס איז אומדערהערט
וואס פון דעם זעהט מען אז די גאנצע מחלוקת מיט בעלז איז אויך נאר געווען אייגענע אינטערעסן
און די מציאות איז אז דאס וועסט נישט קענען אפפרעגן
|
|
|
|
|