היינט מיטוואך נאכט קומט פאר א גרויסע חתונה אין טאהש, דער טאהשער רבי שליט"א מאכט חתונה אן אייניקל, די טאכטער פון זיין איידעם חדב"נ הרב הצדיק ר' יוסף ירחמיאל כהנה שליט"א, א זוהן פון בני ברק'ער ספינקא רבי (רבי משה אליקים בריעה) שליט"א.
אויב איינער פארט, אדער איינער וועט האבן בילדער, זאל ביטע מהנה זיין דעם ציבור דא.
אויך פון די קרעטשינופער-שנדישובער חתונה רעדט מען נישט, נאר פון לאנדאן...
ווער האט דיטעילס ביטע מאכט פרייליך דעם עולם מיט שמחות בית צדיקים, בעסער ווי מחלוקת בית צדיקים
* יישר כח *
נשלח ב-16/3/2005 19:38
מזל טוב!!!
אגב איך בין געווען די וואך אין טאש אויף א חתונה, איך וואלט מציע געוען פאר די עסקנים צו פיצען די שניי {אייזבערג} כאטש לעבן די אפיציעלע בנינים, ווייל די געסט זענען נישט געוואוינט צו גיין אויף אייז אין עס איז מסוכן.
קיסנער, דו ביזט א טאשער? דו וועסט זיין אויף די חתונה? אועב יא ביטע ברענג בילדער
נשלח ב-16/3/2005 23:17
איך בין געווען היינט אינדערפרי אין טאהש איך האב ארויס געטראגען אפאר משולחים, (די משולחים האלטען זיך אין איין אפרעדען אז אין טאהש איז נישט דא קיין געלט עס לוינט זיך נישט ארויס צו פארען אמאל האט זיך געלוינט צו קומען אויף מאנטריאל נאר וועגען טאהש היינט איז עס געפאלען אז ממש פחדים מען גייט ארויס מיט גארנישט זיי האפען אז ביי די חתונה וועלען זיי טרעפען אפאר מענטשען וועלען זיי קענען מאכען אפאר גרייצער)
מען זעיט אויף די גאסען אז עס גייט זיין א חתונה עס איז דא לעקטערס , א שיינע גרויסע חופה,
אבער מען זעיט נישט קיין מענטשען עס איז ליידיג, איך בין אריין אין גראסערי כאפען א טרינק הער איך פונקט ווי איינער זאגט צום צווייטען עס איז געקומען גאר א קליינער עולם צו די חתונה, האט זיך א צווייטער אנגערופען זארג דיך נישט באלד קומט אן נאך א באס,
איך האף צו זיין צוריק צו די חתונה איך גלייב נישט אז איך וועל שוין קענען זיין ביי די חופה אבער צום טאנצען וועלך זיין אין איך וועל טרייען צו חאפען פיקטשערס
תוקן על ידי - קיסנער - 16/03/2005 23:32:08
נשלח ב-17/3/2005 03:35
א גראסערי?
קנין אברהם ושרה איז א נאמען פון א מוסד נישט קיין גראסערי
נשלח ב-17/3/2005 04:45
שיע:
אז די שטעטל הייסט "קרית משה ומרים" (שוין זייער לאנג נישט דארט געווען אפשר האט עס שוין א נייעם נאמען) מעג די גראסערי הייסן "קנין אברהם ושרה".
נשלח ב-17/3/2005 09:14
shie550
קנין אויף העברעיש מיינט שאפינג מאל
kjfirman
איך בין געווען אין טאהש היינט נאכט ביי די חתונה דערווייל הייסט דאס בני לוי
פיקטשערס האב איך נישט משום מעשה שהיה וד"ל ווער עס ווייסט ווייסט