איך האב גראדע יא געהאט א פאר גיטע לאכן, רעב יעקב האט נישט דיסעפױנטעד
די ראשי תיבות אויף פורים װי ער האט געניצט ״פלומבערג״ פאר מעיאר בלומבערג כדי עס זאל שטימען
דער דשאוק פון די 2 חברים וואס אײנער זאגט פארן צװײטן אז װען ער טרינקט קאװע קען ער נישט שלאפן ענטפערט אים דער חבר אז ער האט א פארקערטע פראבלעם, װען ער שלאפט קען ער נישט טרינקען קאװע!
אויך דער לצה אז ער האלט אז װען עס איז דא שלום בית פראבלעמן זענען בײדע שולדיג - - סיי די װײב און סײ דער שװיגער!
און נאך א פאר אנדערע גוטע מעשױת.
ער העט געמוזט אפזאגן א פאר נערישע קאלערס װאס האבן ארײנגערופן און געפרעגט װעגן מציצה בפה און איינעם װאס האט געפרעגט װעגן סאטמארע פאליטיקס
אויך זענען געווען א פאר װאס האבן ארײנגערופן און אנגעלאזט זייער ראדיא הויעך און עס איז געװארן זײער צומישט װײל די װאס רופען ארײן זענען אויף א 7 סעקאנד דילעה און מיט אנלאזן די ראדיא הויעך האט מען איבער געהערט װאס מען האט פריער גערעדט און װאס מען האט גערעדט יעצט און דערפאר האט מען זײ געמוזט אפהאקן
אבער באופן כללי איז עס געווען א גיטע אינטערװיא לפענ״ד
|
|