בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווער איז גערעכט אין די Terri Schiavo

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/3/2005 20:35 לינק ישיר 
ווער איז גערעכט אין די Terri Schiavo

ווער עס האלט מיט וואס עס האט זיך אפגעטאן אין אמעריקע די לצעטע פאר טאג, איז ממש פארגאפט.

קאנגרעס האט געמאכט א ביל אין א וויקענד.
פרעזידענט בוש האט אונטערגעשריבן א ביל אינמיטן שלאפן.
גאנץ אמעריקע דרייט זיך איבער מיט דעם צושטאנד פון איין פרוי.

ווער איז דא גערעכט (נישט עפ"י דת תוה"ק) נאר עפ"י שכל פון קאמען לאו. דעבאטע לשם דעבאטע - נישט לויט שלחן ערוך.

ווער עס וויל דא פראבירן אריינצומישן דיני תוה"ק, זאל ביטע עפענען א צווייטע פארום. מ'רעדט דא נישט פון רעליגיע, בלויז די פראגע צי מעג מען מאראליש איבערהאקן די לייף סופארט פון א קראנקן וואס דאקטוירם זאגן אז דער פאציענט איז אין א וועדזשיטעטשאן צושטאנד.

נאכאמאל. ביטע זיך האלטן רואיג.
עס איז למעשה קיינעם נישט נוגע להלכה. ווייל מיר אידישע קינדער טוען ממילא נאר עפ"י הוראת השו"ע, און נאכ'ן פרעגן קאמפעטענע דיינים.

די ארגומענטן קעגן איבערהאקן די FEEDING TUBE.

1) דער מאן האט נישט קיין רעכט איבער זיין פרוי, איבער אזא פראגע ווי לעבן אין טויט.
2) די דאקטוירם וואס זאגן אז זי קען מער נישט לעבן נארמאל, זענען נישט גערעכט.
3) די עלטערן ווילן זי זאל בלייבן לעבן, האבן רעכט.
4) וויבאלד מ'זעט אז זי שמייכעלט, איז א סימן אז זי פארשטייט, און דעריבער איז זי נישט אינגאנצן קיין ברעין-דעד פאציענט.
5) וויבאלד דער מאן האט אן אנדערע פרוי און קינדער, קען ער נישט זיין איר גארדיען. ליגעלי.
6) די עלטערן זענען מער באלעבאס אויפ'ן קינד ווי א מאן.
7) דאס לעבן פון א מענטש טאר קיינמאל נישט איבערגעהאקט ווערן. אפילו דער מענטש אליין וויל.
8) זי האט נישט געלאזט קיין געשריבע צוואה אז זי וויל נישט לעבן אויף א FEEDING TUBE.

ארגומענטן אז מ'זאל יא מעגן איבערהאקן דעם FEEDING TUBE
1) דער מאן איז דער ליגעל קאסטאדיען אויף זיין פרוי, און ער איז NEXT TO KIN, ליגעלי.
2) ער זאגט אז זי האט אים געזאגט אז זי וויל נישט לעבן אויף קיין מאשינען.
3) די עדות פון דאקטוירים אז זי קען קיינמאל נישט ווערן אויס ברעין דעין איז יא באגלייבט.
4) דאס אז עס קוקט אויס אז זי שמייכעלט, איז נישט קיין ראי', און קיין שום מענטש וויל נישט אזוי לעבן.
5) קאנגרעס האט נישט אריינצורעדן אין א געזעץ וואס באלאנגט פאר די סטעיט.
6) די סטעיט האט אויסגעהערט די ארומגענטן און געמאכט דעם באשלוס אז מ'זאל יא איבערהאקן דעם FEEDING TUBE.
7) מ'קען נישט ארויפצווינגען די קריסטליכע רעליגיע אויף דאס געזעץ פון לאנד, און אויב דער מאן וואס איז אחריות אויף איר, זאגט עדות אז דאס איז געווען איר וואונטש, מוז עס דורכגעפירט ווערן.

אלזא, וואס זאגט איר?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2005 04:09 לינק ישיר 

נאך אלע מעשיות ווייסן מיר און אונז האמיר נאר דע דרך התורה און נישט עפעס אנדערש דער גוי דארף זיך נישט פירן תורהדי'ג אבער ווען ער פרעגט דיך אין די וועסט עם ענטפערן נישט הלכהדי'ג קען ער ח"ו מיינען אז די אלטס פארקערט פון דע הלכה איז דאס א חילל השם און בעצם ווי קען א יוד שותו"מ טראכטן אז עס איז דא וועג נישט ווי דע הלכה וואס איז גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2005 04:47 לינק ישיר 

D1

עס איז זייער נוגע פאר אידען... ווי אזוי דער קאורט אין די PUBLIC נעמט אהן די CASE וועט האבען א כח איבער אונז אלע וואס וואוינען אין אמעריקע

וואס וועט א פרומער איד טוהן אויב מעדיקעיד אדער דער אינשורענס וועט זאגען פאר איהם יא יא די ווילסט אונהאלטן מיט דעם FEEDING TUBE באצול אליין מיר ווילען נישט מער צאלען.

איז בכלל וויכטיג פאר אונז אין אמעריקע איבער צו צייגען די פאליטישענס און שופטים אז זיי זאלען זיין בדרך כלל PRO LIFE

אין טאקע אגודת ישראל לפי הוראת מעצגה"ת האט איינגעבען אן שטעלע אין קאורט פאר די CASE

אני כשלעצמי בין איך נוטה פארן מאן.

אוודאי וואלט איך געוועהן דערפאר אז מ'טאר נישט ארויסנעמען א FEEDING TUBE אבער נישט דאס איז דער אישו דא!

דא איז נאר דא איין אישו ווער איז NEXT OF KIN אין דא מיז איך האלטן מיט דעם מאן (אין פארקערט ביי א פרוי אויך) ווען איינער האט חתונה איז דא דער 'יעזוב את אביו ואת אמו' יעדער איז מודה ווען נישט איהר'ע עלטערן וואלט א יעדער מסכים געווען אז ער האט רעכט לויט די היינטיגע געזעצן פון אמעריקה צו פארלאנגען מ'זאל אפ האקן דעם FEEDING TUBE נו פארוואס זאלן איהר'ע עלטרן האבען דא א דעה?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2005 04:56 לינק ישיר 

עס איז זייער איטרעסאנט וואסארא אינטרעס דער מאן גייט אין לעבן צו סטאפן דאס לעבן

ער האט דאך א אנדערע ווייב און קינדער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2005 05:19 לינק ישיר 

א גוטע טענה פארן קאורט אבער אויב דער קאורט האלט אז לויט דעם געזעץ פארלירט ער נישט זיינע רעכטן אלס א מאן, בלייבט עס אזוי ווי ער וויל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2005 07:20 לינק ישיר 

yohcee
"אני כשלעצמי בין איך נוטה פארן מאן."
even in this case when the husband already has 2 kids from a different woman? all he wants is money, he doesn't care about her. let the parents care for her



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2005 07:29 לינק ישיר 

יוחי
אוודאי איז דאס וויכטיג פאר אונז יודן אויך אבער איך האלט נישט אז מען מעג עס דורכרעדן אויף א וועג וואס מען זאגט לייג דת תוה"ק אין א זייט ח"ו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2005 19:21 לינק ישיר 

איינער ווייסט קלאר, די פרוי איז א אידישע אדער נישט?

לכאורה יא, אבער אירע עלטערן דרייען זיך מיט "זייער" קאטוילישע גלח.

?????????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2005 19:32 לינק ישיר 

לעגאל.איז דער מאן גערעכט אין אמעריקא ווערן הינדעדטער מענטשען אראפ גענימען פין רעספירעטערס ווייל די משפחה האלט אזוי.אין נאך צען יאר קארטס האט דער מאן אייביג געווינענן.

אמעריקא איז א לאנד פין געזעץ אין די געזעץ ברויך אייביג האבן די לעצטע ווארט אין איך האלט אז איז א חורבו וואס דא טיט זיך ווייל אויב אמעריקא הייבט זיך אן אריינצימישען אין אזעלכע זאכן וועט "יעדער"ליידן דערפין.לויט מיין מיינוג האט בוש געטיען א גרויסע עוולא ער האט אויסגעמישט זיין רעליגיע אין געפילן מיט געזעץ
ער האט געסיינט א געזעץ לויט זיין געפילן.

אבער איך האלט אז די פאמליע זאל אויפנעמען א פרייועט דעדעקטיוו אין אויספארשן די מאן ווייל די גאנצע פרשה שמעקט נישט גיט א מענטש זאל אזוי שטארק פייטן פארן ווייב אז זי זאך שטארבן וואס זיינע סיבות זענענן וכדומה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2005 20:02 לינק ישיר 

דער מציאות אין אמריקע איז:
אז כמעט רוב מענטשן אין גאנץ אמעריקע (און אויך רוב אידן שומרי תורה ומצוות)
ווילן נישט לעבן דורך מאשינען רח"ל, אויב מ'איז רח"ל ברעין-דעד.

כמעט אלע דאקטוירם זענען מודה אז ס'איז נישטא קיין שאנס אז די פרוי זאל קענען לעבן א נארמאל לעבן. איז די פראגע: איז דער מאן (געווזענער...) נישט גערעכט אז דאס איז ממש א פלאג פאר זיין פרוי?

לאמיר נישט פארגעסן, זי איז שוין אזא א קיימא לן פון 15 יאר. דאס מיינט 15 יאר זיך געמוטשעט, וויפיל איז דער שיעור (עפ"י קאמען לאו אין אמעריקע)... ווייל דער פויבסט זאגט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן דארף זיך קאנגרעס אריינמישען.

איז מען דא אין א קריסטליכע רעגירונג?
איז נישט בוש געגאנגען צו ווייט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווער איז גערעכט אין די Terri Schiavo
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext