ווער איז גערעכט אין די Terri Schiavo
ווער עס האלט מיט וואס עס האט זיך אפגעטאן אין אמעריקע די לצעטע פאר טאג, איז ממש פארגאפט.
קאנגרעס האט געמאכט א ביל אין א וויקענד.
פרעזידענט בוש האט אונטערגעשריבן א ביל אינמיטן שלאפן.
גאנץ אמעריקע דרייט זיך איבער מיט דעם צושטאנד פון איין פרוי.
ווער איז דא גערעכט (נישט עפ"י דת תוה"ק) נאר עפ"י שכל פון קאמען לאו. דעבאטע לשם דעבאטע - נישט לויט שלחן ערוך.
ווער עס וויל דא פראבירן אריינצומישן דיני תוה"ק, זאל ביטע עפענען א צווייטע פארום. מ'רעדט דא נישט פון רעליגיע, בלויז די פראגע צי מעג מען מאראליש איבערהאקן די לייף סופארט פון א קראנקן וואס דאקטוירם זאגן אז דער פאציענט איז אין א וועדזשיטעטשאן צושטאנד.
נאכאמאל. ביטע זיך האלטן רואיג.
עס איז למעשה קיינעם נישט נוגע להלכה. ווייל מיר אידישע קינדער טוען ממילא נאר עפ"י הוראת השו"ע, און נאכ'ן פרעגן קאמפעטענע דיינים.
די ארגומענטן קעגן איבערהאקן די FEEDING TUBE.
1) דער מאן האט נישט קיין רעכט איבער זיין פרוי, איבער אזא פראגע ווי לעבן אין טויט.
2) די דאקטוירם וואס זאגן אז זי קען מער נישט לעבן נארמאל, זענען נישט גערעכט.
3) די עלטערן ווילן זי זאל בלייבן לעבן, האבן רעכט.
4) וויבאלד מ'זעט אז זי שמייכעלט, איז א סימן אז זי פארשטייט, און דעריבער איז זי נישט אינגאנצן קיין ברעין-דעד פאציענט.
5) וויבאלד דער מאן האט אן אנדערע פרוי און קינדער, קען ער נישט זיין איר גארדיען. ליגעלי.
6) די עלטערן זענען מער באלעבאס אויפ'ן קינד ווי א מאן.
7) דאס לעבן פון א מענטש טאר קיינמאל נישט איבערגעהאקט ווערן. אפילו דער מענטש אליין וויל.
8) זי האט נישט געלאזט קיין געשריבע צוואה אז זי וויל נישט לעבן אויף א FEEDING TUBE.
ארגומענטן אז מ'זאל יא מעגן איבערהאקן דעם FEEDING TUBE
1) דער מאן איז דער ליגעל קאסטאדיען אויף זיין פרוי, און ער איז NEXT TO KIN, ליגעלי.
2) ער זאגט אז זי האט אים געזאגט אז זי וויל נישט לעבן אויף קיין מאשינען.
3) די עדות פון דאקטוירים אז זי קען קיינמאל נישט ווערן אויס ברעין דעין איז יא באגלייבט.
4) דאס אז עס קוקט אויס אז זי שמייכעלט, איז נישט קיין ראי', און קיין שום מענטש וויל נישט אזוי לעבן.
5) קאנגרעס האט נישט אריינצורעדן אין א געזעץ וואס באלאנגט פאר די סטעיט.
6) די סטעיט האט אויסגעהערט די ארומגענטן און געמאכט דעם באשלוס אז מ'זאל יא איבערהאקן דעם FEEDING TUBE.
7) מ'קען נישט ארויפצווינגען די קריסטליכע רעליגיע אויף דאס געזעץ פון לאנד, און אויב דער מאן וואס איז אחריות אויף איר, זאגט עדות אז דאס איז געווען איר וואונטש, מוז עס דורכגעפירט ווערן.
אלזא, וואס זאגט איר?
 |
|
|