| נשלח ב-23/3/2005 13:51 |
|
| |
לכבוד יום טוב פורים
איך ווייס איך האב פארדרייט די יוצרות און געברענגט פסח שוין
אבער סקיינמאל נישט שפעט
(ניגון פון צוה ישועות יעקב) .
א גוטן פּוּרִים אלע,
בְּשִׁמְחָה וּבְצָהֲלָה,
פאר אלע ערליכע אידן,
הער צו וואס איך זאג,
לכבוד דעם הייליגן טאג,
וועט איר אלע זיין צופרידן,
א גוטע בְּשׁוּרָה,
פון שׂוּשַׂן הַבִּירָה,
וועל איך אייך דערציילן,
המן מיט זיינע בנים,
האט מען פארדעקט דאס פנים,
און אויפגעהאנגען הויעך 50 איילן,
אַחַשְׂוֵרוֹשׂ דער נאַר,
האט געמאכט פאר אידן צַער,
צוזאמען מיט הָמָן הָרָשָׂע,
אבער דער אויבערשטער האט געטון וואונדער,
פאר די אידישע קינדער,
און צוגעהערט אסתר'ס בַּקָשָׂה,
געשיקט פאר מרדכי א ישועה,
און פאר המן די תלי',
לאמיר אלע טרינקען לחיים,
עס איז פרייליך אויף די וועלט,
פאר דעם זענען מיר אלע פארשטעלט,
לְשָׂנָה הַבָּאָה בִּירוּשָׂלַיִם.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2005 13:52 |
|
| |
בס"ד
מעשה שהי'..
עס איז געקומען צו גייען א קאפ פארדרייער,
און געזאגט אז וועם דאס לעבן איז אים טייער,
זאל נישט עסן פון די אייער,
אויב יא שפילט ער זיך מיט פייער,
ווייל כדי דאס טשיקן זאל זיין שטערקער און הייער,
לייגט מען אריין דורך א ווייער,
דזשינס וואס קומען פון עופות טמאהר.
די רבנים זאגן אבער אז ער איז א לייער,
ער וויל נאר אז מען זאל ארויף לייגן א פרישע שטייער,
דערפאר קומט ער מיט א מעשה א נייער.
זאל דער עולם וויסן אז די מעשה האט שוין עקספייערד,
מען קען שוין גיין צום בייער,
און צוריק אנפילן דעם שייער,
מיט דעם מאכל וואס איז געזינט זייער,
מאכן די לעטשוי געמישט מיט סעלערי מיט מייערן,
מיט'ן בעסטן אפעטוט
שמחת פורים
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2005 13:54 |
|
| |
בס"ד
ניגוני פורים
( א )
1) ליהודים ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר.
2) ליהודים היתה אורה. אורה אורה אורה ושמחה.
3) ונהפוך ונהפוך.ונהפוך ונהפוך.ונהפוך הוא. אשר ישלטו היהודים המה בשונאיהם.
4) עבדו את ה' בשמחה. בואי לפניו ברננה.
5) מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד.
6) משה אמת ותורתו אמת . משה אמת ותורתו אמת.
7) אוי אוי אוי פורים. אוי אוי אוי פורים. אוי אוי אוי פורים לנו.
8) ותן בנו. ותן בנו. יצר יצר טוב. לעבדך באמת וביראה ובאהבה.
9) אשרי העם שככה לו אשרי העם שהשם אלוקיו.
10) והריקותי לכם ברכה. עד בלי די. עד שיבלו שפתותיכם מלומר די.
11) פרוק ית ענך מפום אריותא. ואפק ית עמך מגו גלותא. עמך די בחרת מכל עמיא.
12) וקרב פזורינו מבין הגוים. ונפוצותינו כנס מירכסי הארץ.
13) רחם בחסדך. יבנה המקדש.
14) שבשפלנו זכר לנו. כי לעולם חסדו. ויפרקינו מצרינו כל"ח.
15) וימלא משאלותינו – במדה טובה ישועה ורחמים.
16) א גאנטץ יאהר פריילאך. א גאנטץ יאהר פריילאך. פריילאך זאל מען זיין.
17) חייב איניש לבסומא בפוריא. עד דלא ידע.
18) תהא השעה הזאת שעת רחמים ועת רצון מלפניך.
( ב )
19) ואמר ביום ההוא הנה אלוקינו זה קוינו לו ויושיענו
זה השם קוינו לו נגילה ונשמחה בישועתו.
20) ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים ברנה יגילו.
21) גיטץ אריין א נחמה'לע אין א יודישע נשמה'לע. גיטץ אריין א חיות אין א איד .
22) ניגון פון איש חסיד היה (מוצש"ק).
23) הכל יודיך והכל ישבחוך והכל יאמרו. והכל יאמרו אין קדוש כה'.
24) ואתה אלוקינו. מודים אנחנו לך. ומהללים לשם תפארתיך.
וברכו שם כבודך ומרומם על כל ברכה ותהלה.
25) האדרת והאמונה = צו וועמען און צו וועמען ? לחי העולמים. וכו'.
מי הוא זה ואיזהו זה קלי ואנוהו .
26) נאר אמונה. נאר אמונה און בורא כל עולמים. X 2
טייערע אידן הייליגע אידען האטץ אמונה אין בורא כל עולמים
וועט אייך גוט זיין.היינט און אלעמאל. אויף דער וועלט אין אויף יענע וועלט.
27) נאך אמאל און נאך אמאל . און נאך אמאל און נאך אמאל און נאך אמאל
און נאך איין מאל און נאך איין מאל. הן גאלתי אתכם אחרית כראשית.
28) ניעט ניעט נעקאבא - קראמי באגא אדנאווא, איי איי איי איי איי איי איי.
29) דשידאנאק לעני דראגא. דשידאניא לעני יאוי. אזערט לעדיען מינדענקי .
וואלאלאש זשידוי. א איד צו זיין איז טייער. א איד צו זיין איז גוט
לאמער אלע טאקע זיין א ערליכע איד .
30) רבונו של עולם טאטעניא געטרייע
קוק אראפ פון הימל און לעש שוין אויס דאס פייער.
שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות.
שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות (אויף משלוח מנות).
31) מלא משאלותינו. מלא משאלותינו. מלא משאלותינו במדה טובה.
( ג )
32) אבינו מיילעך - מיין הארץ איז פריילעך =
פריילעך דארף מען זיין - טרינקען דארף מען וויין.
וויין דארף מען טרינקען – טאנצען און שפרינגען.
קרעפלאך דארף מען עסן – און פין הייליגען באשעפער קיין מאל נישט פארגעסן.
אוי הוי . דער באשעפער האט דאך אונז מציל געווען.
א גרויסע נס איז מיט אונז געשען. ווען מרדכי האט אויפן פערד געריטן.
האט מען המנ'ן געטוהן באשיטען. אוי הוי איז דאס געווען פיין.
אוי הוי . מען האט דאך אים אויפגעהאנגען הויך.
לאמער זאגן פארן באשעפער א יישר כח. טייערע טאטע לייז אונז אויס.
נעם אונז פון גלות ארויס. במהרה בימינו אמן
33) זינגט זינגט א לידעלע א שיינעם. פין גרויס ביז קליין אלע אינאיינעם=
די גאנצע חבורה מיט שבח ושירה. פארן יצר כל היצורים = ( 2 מאל )
אוי הוי. נאר מיט שמחה אסאך. ווייל דאס איז דאך די וויכטיגסטע זאך=
מיט א גרויסע שמחה מקיים זיין דעם תמחה. זכר עמלק מתחת השמים=
אין דעם פורים וואך. לא תשכח = לאמער אלע טרינקען א לחיים =.
34) מחה תמחה. נאר מיט שמחה. נאר מיט א קאך. לא תשכח. = (2 מאל)
תמחה זכר. די הארץ דארף ווערן ווייכער.
די הארץ דארף ווערן ווייכער. לא תשכח= (2 מאל)
תמחה את זכר . זכר עמלק.
מען כאפט דעם אלטן גנב און מען געט אים א צילייג.(2 מאל)
35) והריקותי לכם יין כמו מים . כמו מים. עד בלי די. עד בלי די די די די די.
עד שיבלו שפתותיכם מלומר די די די.
36) פורים פורים פורים לנו. ברוך אשר בחר בנו. שהחיינו וקיימנו לזמן הזה. (2 מאל)
קל נאמן. אב הרחמן. קל נאמן אב הרחמן
קרב זמן. קרב זמן. קל נאמן קרב זמן קרב זמן אב הרחמן (2 מאל)
הקל הנפרע לנו מצרינו. כאשר עשית לאבותינו.
את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח. כדבר האמור בדוד משיח (2 מאל)
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2005 13:59 |
|
| |
בסייתא דשמיא
צופרי תיכף ווען די שטייסט אויף פון שלאף זאלסטו זיך שטעלן אויפען בעט, אויף איין פיס. שטארק צומאכן די אויגן, לייגן די רעכטע האנט אויפן קאפ די לינקע האנט אויפען גענאק און שרייען מיטן גאנצן כח……
"קא=קאקא=קאקארי=קאקאריקא"
וזה בדוק ומנוסה .
אדרבה פראבירט עס אויס איין מאל,
מער וועט איהר דאס נישט טוען.
מי שיש לו סגילות חדשות וגם ישנות, נא לפנות אצלינו
אדרבה, לאזט א צווייטן אויך הנאה האבן
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2005 15:58 |
|
| |
די וויכטיגסטע "שיכורים" ניגון האסטו פארגעסן !
טי ריי די ריי די ריי די ריי די ראדיי, דירי ראדיי ראדיי ראדיי ריי טי ראדיי, וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2005 03:26 |
|
| |
בס"ד
פורים שפיל
א גוטן פורים מלאך,
ווי איך גיי פאל איך,
גיי איך אויף א טאפ,
צוברעך איך מיך מיין קאפ,
ארום מיר אלעס דרייט זיך, דער גאנצער עולם באשרייט מיך,
עס איז אויף מיר ניכר, אז איך בין גוט שיכור,
גיי איך אויף די גראז,
צוברעך איך מיך די נאז,
גיי איך אויף א שטיין,
צוברעך איך מיך מיין ציין,
ארום מיר אלעס דרייט זיך, דער גאנצער עולם באשרייט מיך,
עס איז אויף מיר ניכר, אז איך בין גוט שיכור,
א פרייליכן פורים!
דִי פִיר מִצְוֹת פוּן פּוּרִים
1. לֵיינֶען דִי מְגִילָה
2. מִשְׁלוֹחַ מָנוֹת
3. מַתָּנוֹת לָאֶבְיוֹנִים- צְדָקָה
4. מִשְׁתֶּה וְשִׁמְחָה
פורים שפיל
טייערע יודן א גיטן פורים
הערטס אויס מיינע דבורים
וואס איך וועל אייך דא פארזינגען
איך וועל אייך געבן צו פארשטיין
וואס די היינטיגע טאג מיינט
פארוואס מען דארף טאנצן און שפרינגען
דער באקאנטער המן הרשע
האט געהאלטן א דרשה
אז מען דארף אומברענגען די יודן
אחשוורוש דער גרויסער נער
האט געגעבן רשות דערפאר
ער איז דערפון געווען צופרידן
עס האט נישט גענימען לאנג
די מעשה איז דאך גיט באקאנט
המן איז געווארן מרדכי'ס בעל עגלה
עס האט א געלעכטער אויסגעשאסן
ווען המן איז געווארן מיט מיסט באגאסן
מען האט געדארפט ריפן די הצלה
די גזרה האט זיך איבער געדרייט
אלע יודן האבן זיך געפרייט
ווען מען האט געזען המן אויף די תלי'
כן יאבדו אלע פיינט
לאמער טרינקען און טאנצן היינט
מיר זאלן שוין בקרוב זען די ישועה
רִבּוֹנוֹ שֶׂל עוֹלָם, טַאטֶענְיָא גֶעטְרֵייעֶר,
קוּק אַרָאפּ פוּן הִימְל, אוּן לֶעשׂ שׂוֹין אוֹיס דָאס,פֵייעֶר
שוֹמֵר יִשְׂרָאֵל הָאבּ שׂוֹין אוֹיף אוּנְז רַחְמָנוּת,
אוּן שִׂיק שׂוֹין מָשִׂיחַ פַאר אוּנז אוֹיף מִשְׂלוֹחַ מָנוֹת.
אַגַאנְץ יָאר פְרֵיילֶעךְ
אַגַאנְץ יָאר פְרֵיילֶעךְ
פְרֵיילֶעךְ זָאל מִיר זֵיין
אַגַאנְץ יָאר פְרֵיילֶעךְ
אַגַאנְץ יָאר פְרֵיילֶעךְ
פְרֵיילֶעךְ זָאל מִיר זֵיין
בס"ד
א פרייליכן פורים און א פרייליכן תמיד,
איך בעט, ד' שפתי תפתח ופי יגיד,
הערט אויס עטליכע ווערטער וואס איך זאג,
לכבוד פורים דעם היינטיגן טאג,
מרדכי ואסתר האבן דעם פורים קובע געווען,
צוליב די גרויסע נסים וואס עס איז געשען,
מיטן לויבן דעם אויבערשטן און זיך פרייען,
טוען מיר פאר אלע אויסשרייען,
אזוי ווי השי"ת האט געהאלפן און די צייט די שווערסטע,
ווען אידן זענען געווען און א מצב דאס ערגסטע,
און באוויזן גרויסע וואונדער,
פאר זיינע געליבטע קינדער,
אזוי אויך וועט ער אונז העלפן היינט,
אפילו עס איז אזא שווערע און לאנגע צייט,
מיר דארפן עס שטארק גלייבן,
אז השי"ת וועט אונז אין גיכן דערהייבן.
כל הפושט יד נותנים לו,
טייטשן די הייליגע ספרים אזוי,
פורים, יעדער וואס ער פארלאנגט,
ווערט פון הימעל זיין באגער פארלאנגט,
בעטן מיר, השי"ת זאל אונז העלפן אלע,
בברכה והצלחה בשמחה ובצהלה,
און מיר זאלן זוכה זיין,
משיח'ן מקבל פנים זיין,
ומלכנו בראשנו,
במהרה בימינו. (אמן).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2005 03:43 |
|
| |
אמאל האט ער געהייסן א גנב,
היינט רופט מען אים א חברה מאן.
אמאל האט ער געהייסן א דרך ארץ,
היינט רופט מען אים א תמים.
אמאל האט ער געהייסן א ליגענער,
היינט רופט מען אים א "געשליפענע צונג".
אמאל האט עס געהייסן לוקסוס,
היינט רופט מען עס בעל - בית'יש.
אמאל האט עס געהייסן צנועות,
היינט רופט מען עס פארינאטיש – אלט מאדיש.
אמאל האט עס געהייסן חניפה,
היינט רופט מען עס אויפמערקזאםקייט.
אמאל האט עס געהייסן גאוה,
היינט רופט מען עס "זעלבס זיכערהייט".
אמאל האט עס געהייסן א "געלט רייסער",
היינט רופט מען עס א "ספיצעליסט".
אמאל האט עס געהייסן א אלטע שמאטע,
היינט רופט מען עס "אנטיק".
אמאל האט עס געהייסן "אן טעם",
היינט רופט מען עס "מען דארף זיין דערצו א מבין".
אמאל האט עס געהייסן ליידיגקייט,
היינט רופט מען עס "אויסגעליפטערט".
אמאל האט עס געהייסן מותרות,
היינט רופט מען עס א הכרח.
אמאל האט עס געהייסן אויפן ארגינעלן נאמען,
היינט רופט מען עס שוין עליגאנט.
און וואס עס איז שוין עליגאנט,
איז דאך שוין מן הסתם מותר.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2005 03:57 |
|
| |
שיר יקר וחשוב לכבוד פורים
עס ווערט געברענגט פון איינער פון די גדולי הראשונים א געוואלדיגן שיר, וואס אין דעם איז מרומז אין וועלכע טאג פון די וואך יעדע יום טוב געפאלט, לויט דעם טאג וואס פורים געפאלט. לאמיר גוט אריין טראכטן אין דעם און איבער חזר'ן, וועלן מיר דעמאלטס פונקטליך וווסען אין וועלכע טאג פון די וואך יעדע יום טוב וועט געפאלען:
היום פורים,
מחר ביעורים,
שלישי מרורים,
והוא תמרורים.
רביעי ביכורים,
חמישי תקיעת שופרים,
ולקיחת פרי הדרים.
שישי פסגת עברים,
שביעי יום כיפורים.
יעצט וועלן מיר ערקלעהרן אלע ווערטער פון דעם שיר קלאהר און דייטליך:
"היום פורים" - דער טאג פון די וואך וואס פורים געפאלט,
"מחר ביעורים" - אין דעם טאג שפעטער איז מען "מבער" (מען רוימט אויס) די חמץ פון דעם הויז, דאס איז "בדיקת חמץ".
"שלישי מרורים" - די דריטע טאג נאך וואס פורים געפאלט עסט מען ביינאכט "מרור", דאס מיינט די "פסח סדר".
"והוא תמרורים" - אין דעם זעלבן טאג געפאלט אויך דער טאג וואס איז "יום מרורים" (דער טאג פון ביטערקייט און קלאג), דאס מיינט "תשעה באב".
"רביעי ביכורים" - די פערטע טאג נאך וואס פורים געפאלט, איז די צייט פון ברענגן "ביכורים", דאס איז שבועות.
"חמישי תקיעת שופרים" - די פיפטע טאג נאך וואס פורים געפאלט, איז ראש השנה, וואס מען "בלאזט שופר".
"ולקיחת פרי הדרים" - און אין דעם זעלבן טאג געפאלט אויך די ערשטע טאג סוכות, וואס עס איז א מצוה צו נעמען די "פרי הדר" (אתרוג) און די אנדערע מינים.
"שישי פסגת עברים" - די זעקסטע טאג נאך וואס פורים געפאלט, איז שמחת תורה. וואס מען לייענט דאן אין די תורה די פרשה פון "פסגת עברים", אז משה רבינו איז ארויף געגאנגען פון ערבות מואב צו דעם בארג "נבו".
"שביעי יום כיפורים" - די זיבעטע טאג נאך וואס פורים געפאלט, געפאלט יום כיפור.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/3/2005 16:44 |
|
| |
איך דארף וויכטיג די קידוש אויף פורים איך גידענק נאר יום הפורים ויכולו המים וכל צבאם ויכל לוט וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2006 02:01 |
|
| |
בעזה"י וועל איך ארויפלייגען גראמען לכבוד פורים (דער דיסק אויף וואו עס איז געלעגן איז קליע געווארען און איך מוז עס איבערשרייבען). בנתיים וועל איך ארויפלייגען א גראם וואס איך האב געשיקט (אחד מני רבים) צו מיינס א ידיד, א בחור וואס מוטשעט זיך שוין א לענגערע צייט ה"י ומצפה לרפו"ש בקרוב בתושח"י. געמאכט אויפען ניגון וואס יונתן שווארץ זינגט אויף 'אונטערן חופה' (שטייט א קינד לעבן טאטן'ס בעט וכו').
אין שטוב א גרויסע פרייד איז אצינד עס איז געבוירען געווארען אזא זיס קינד דער שמחה איז אבער מיט צער אויסגעמישט דער שמחה איז אבער מיט צער אויסגעמישט*:namespace prefix = o />
ווייל דער קינד זיין טאטן קענען וועט שוין נישט
שטייט דער משפחה לעבן טאטנ'ס בעט
און איינער צום צווייטען אזוי מען רעדט
עס איז בעסער מיטען ברית זיך נישט יאגען
עס איז בעסער מיטען ברית זיך נישט יאגען
כדי דער קינד זאל כאטש זיין טאטנ'ס נאמען טראגען
מען האט אבער אזוי צוגעפירט משמים עס איז דארט אנגעקומען דער הייליגער מאור עניים און ווען דער גרויסער צדיק, האט פון דעם געהערט האט ער געהייסען טוהן פונקט פארקערט מען זאל שוין מאכען דער ברית, שנעל און געשווינד וועט דער טאטע ווערן געזונט
מען בעט, מען האפט און מען געט קיינמאל נישט אויף
נאך א קאפיטעל קומט אלעמאל צוניץ
די תפילות גייען ביז צום כסא הכבוד ארויף
און זיי פועל'ן דארט אלעס גוטס
מען פאלגט גלייך דער צדיק תמים
מצוה לשמוע דברי חכמים
אויף א גרויסע נס אצינד יעדער ווארט
אויף א גרויסע נס אצינד יעדער ווארט
כאטש מען האט שוין קיין האפענונג געהאט
פלוצלינג טוט זיך דער טאטע אויפוועקן "איך פיל זיך בעסער" עטס דארפטס זיך נישט שרעקען ער ווערט בעסער פון מינוט צו מינוט ער ווערט בעסער פון מינוט צו מינוט ביז ער פילט זיך שוין אינגאנצען גוט
"א מופת פון צדיק" יעדער איינער פארפירט אבער דער צדיק ערקלערט וואס האט דא פאסירט דאס איז דאך באקאנט, ביים ברית א גאסט דארט איז אליהו מלאך הברית און ווען ער איז געקומען, מיטען ברית זיך מיטטיילען האט ער שוין דער טאטע אויך געטוהן היילען
מען בעט, מען האפט און מען געט קיינמאל נישט אויף
נאך א קאפיטעל קומט אלעמאל צוניץ
די תפילות גייען ביז צום כסא הכבוד ארויף
און זיי פועל'ן דארט אלעס גוטס
עס איז געפסק'נט אין יו"ד של"ה ווער איז ביי א חולה דערביי למעלה מראשותיו השכינה שורה למעלה מראשותיו השכינה שורה אזוי שטייט דאך אינעם הייליגען תורה
פארשטייט זיך אז מען טראכט אריין אזוי איז דאך א ק"ו בן בנו מה-דאך ווען אליהו הנביא קומט צו גיין מה-דאך ווען אליהו הנביא קומט צו גיין אוודאי ווען עס געפונט זיך כביכול אליין
וועט ער זאגען, "הער, מיין קינד, שמע בני צו דיין צער און יסורים קוק איך מיר צו
****, דיינע תפילות, האב איך געטוהן אויסהערן
איך וועל אפווישען דיינע טרערן
דיר מאכען געזונט, אוועקנעמען אלע פראבלעמען ווייל איך בין דאך דער מלך רופא נאמן"
מען בעט, מען האפט און מען גבט קיינמאל נישט אויף
נאך א קאפיטעל קומט אלעמאל צוניץ
די תפילות גייען ביז צום כסא הכבוד ארויף
און זיי פועל'ן דארט אלעס גוטס
נ.ב. ברוך, שלומי האט עס שוין געזעהן.
תוקן על ידי - A_Jew - 03/03/2006 2:01:58
תוקן על ידי - A_Jew - 03/03/2006 2:25:09
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2006 03:05 |
|
| |
ב"ה
בניגון ונהפוך הוא
איך געב רשות פאר וועם עס געפעלט דאס צו ניצען לכבוד שמחת פורים
א) אנעים זמירות ושירים אגוטען, אגוטען פורים פאר דער גאנצע מסיבה
בעט ביים בורא איך זאל זיין מובטח ה' שפתי תפתח ווען איך שטעל מיר אויף אלץ שליח ציבור
א) אחשורוש האט געמאכט א פארטי להודיע יפיי ולהגיד תפארתי פאר הפחים ושרים כל מיני רעבתנים
דערנאך ווי א גוטע פאליטישען עקסטער לכל העם הנמצאים בשושן אויף זיבען טאג זענען זיי מוזמנים
ב) ביום השביעי כטוב לב המלך זאגט ער אזוי הייס איך און באפעל-איך שבת קודש איז דאס געוועהן
אז ושתי זאל קומען בבושה וכלימה ובלבד שתהא ערומה יעדער איינער זאל זי קענען זעהן
ב) אבער זי שרייט הויעך ניין צו דער שיכור וויל איך נישט גיין און זי לאכט איהם אויס בפנים שוחקות
אהורייריה דאבא, שומר הסוסים פון איין בראנפען גלעזל ווערסטו שוין מבושם איך האב דיר טיעף פארפאקט כיס בתוך-כיס
ג) אחשורוש פלאצט און ער ווייסט נישט וואס ס'טוט זיך מיט-איהם רופט ער לחכמים יודעי העתים וואס זאל איך טוהן, מה יעשה (צירי יו"ד, קמץ עי"ן)
ויאמר ממוכן הדיוט קופץ בראש אויף דיין כבוד איז זי נישט געוועהן חש דארפסטו זי הרג'ענען, אחת דתה
ד) אחשורוש שטייט אויף דער נעקסטע צופרי און פרעגט וואו איש ושתי מען קוקט איהם אהן כאילו ער קומט פון דער לבנה
מען זוכט א פרוי וואס איז שיין ותהי אסתר נושאת חן לשמוח בכל שנה ושנה
* * * * * * * * * * * * * * * א) בגתן ותרש טוהן פארדריסען לעבן מרדכי טוהן זיי שמועסען אבער מרדכי קען דאך שבעים לשונות
ער זאגט אויס פאר אסתר דעם סוד אשר בקשו לשלוח יד און מען שרייבט עס איין בספר הזכרונות
א) נאך מעשיהם בספר נכתבים גדל המלך את המן דער כלב שבכלבים און ער זעצט איהם לעבן זיך אויבן אהן
המן האט נישט אריינגעטראכט אז פאר די קלאפ קומט דער מאכט לפני שבר גאון
ב) עס פאלט איהם איין א נייע סברא מען זאל זיך בוקען צו איהם ווי אנ'עבודה זרה אבער מרדכי זאגט כ'האב דיך אין ד'רערד, בשאול תחתיה
דער שטר עבדות האט ער איהם דערמאנט דו ביזט מיין קנעכט נישט פון היינט ישקיני מנשיקות פיהו
ב) המן איז דאס בלוט אין קאפ ארויף פון אלע יודען וויל ער מאכן סוף צו אחשורוש מיט לשה"ר לויפט ער צו
ישנו עם אחד מפוזר וואס אין דיינע געזעצן זענען זיי נישט נזהר א גאנץ יאר פארברענגען זיי בשה"י פה"י
ג) מרדכי הצדיק דערוואוסט זיך במהרה אז עס איז ארויס א שלעכטע גזירה ער לויפט אין די גאסען ויזעק זעקה
גדולה הסרת הטבעת אבער גדולה תשובה שמגעת יודען טוטס תשובה תפילה וצדקה
ד) אסתר המלכה מאכט א פלאן צו אחשורוש גייט זי אריין למנצח על אילת בעט זי מיט כונה
ויפתח ה' את פי האתון מה שאלתך וינתן לשמוח בכל שנה ושנה
* * * * * * * * * * * * * * * א) המן גייט פונעם סעודה א שפאציר זעט ער מרדכי זיצט ביים טיר און געט זיך פאר איהם נישט קיין ריר
זאגט איהם זרש לייג צו דיין אויער יעשו עץ גבוה און מרדכי וועסטו הענגען אויפען תליה
א) א גאנצע נאכט בויעט ער די תליה דעי יעצט דארף ער נאר דעם אקעי ער לויפט צו אחשורוש באלד אינדערפרי
אחשורוש ליגט און פאפט א פרקדן איז פון הימעל ארויס דעם פסק-דין נדדה שנת המלך בלילה ההיא
ב) ער פרעגט המן וואס מען טוט פאר איינער וואס איך וויל איהם טוהן גוט המן טראכט זיך וועמען קען דאס מיינען
הייבט ער אהן דער משא ומתן אויפען קעניג'ס פערד זאל ער רייטען און מיט בגדי מלוכה זאל ער ערשיינען
ב) אחשורוש זאגט דו רעדסט צום זאך יעצט גיי שנעל מהר קח המן ווערט א גאנצע בעל מלאכה
קודם זיין א שערער און בעדער דערנאך שרייען אז הערן זאל יעדער ויקרא לפניו ככה
ג) המן איז געוועהן א רחמנות ווען ער האט באקומען א שלח מנות אויף כיבוד אב נישט געוועהן חש
נידון בצואה רותחת, הייסע והמן נדחף אל ביתו אבל וחפוי ראש
ד) זיינע יועצים זאגען דאס איז נאר א התחלה דו וועסט נאך האבען א פעסטע מפלה פאר זיך טשעפען מיטען קהל עדת מי מנה
אדאנק צו דיר און דיינע יסורים וועלן זיי מקבל זיין עליהם לעשות פורים ולשמוח בכל שנה ושנה
* * * * * * * * * * * * * * * א) א שווארצען סוף וועסטו האבען מען וועט דיר נאך אינגאנצען באגראבען ויטמרון בגו כפין
אבער אצינד קען מען נישט וויילען צו אסתר'ס סעודה קומט מען שוין איילען אפי' זיך נישט געקענט אפזייפען
א) אסתר איז צו אחשורוש פונה זאלסטו וויסען אז איך האב א שונא וואס וויל טוהן מיט מיר אזוי ווי מיט ושתי
ווען דו וואלסט כאטש דערפאר געלט באקריגען וואלט איך נאך דערויף געשוויגען ואילו לעבדים ולשפחות נמכרנו החרשתי
ב) אחשורוש שרייט זאג מיר שוין ווער איז דער מיאס'ע פארשוין איך וועל פון איהם מאכען א צימעס
זאגט איהם אסתר ער זיצט ממש דא איש צר ואויב המן הרע זיין עונש בעט איך דיר באשטים-עס
ב) אחשורוש ווערט רויט און ווייס ער ווייסט נישט וואס צו טוהן פאר כעס ער גייט ארויס אביסעל לופט שעפן
ווען ער קומט צוריק כאפט איהם א ציטער והמן נופל על המטה פרעגט ער עמי בבית ווילסטו זיך אויך טשעפען
ג) ויאמר חרבונה זכור לטוב עס שטייט א בוים אין המן'ס הויף פופציג אמות טוט עס דערגרייכען
זאגט אחשורוש הענגטס איהם אויף ער האט כשר פארדינט זיין סוף על העץ אשר הכין
ד) אסתר בעט זיך נאך א בקשה להעביר מחשבת המן הרשע נאר ליום הזה זאל מען מאכען א הכנה
פאר זקנים וצעירים קימו עליהם לעשות פורים ולשמוח בכל שנה ושנה
תושלב"ע חודש אדר שנת תשס"ד
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2006 03:21 |
|
| |
נאך איינס לקיים מצות ביקןר חולים
בניגון א שיינעם חלום פון אברהם פריד
די פרטים המזהים האב איך פארביטען מיט שטערנדלעך
א שרעקעדיגען חלום האב איך געזעהן*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
אין שפיטאל בין איך געוועהן
די טרעפ טוה איך ארויף קריכען
דעם ריכטיגען צימער אויפזוכען
איך בין דארט געקומען איינער באזוכען
איך עפען די טיהר און גיי אריין אין צימער
אגוטען טאג באגריסט מיר איינער מיט א שוואכע שטימע
און אט זעה איך א שרעקליכען געשטאלט
איך גיי צו נענטער, עס ווערט מיר הייס און קאלט
א פחד אויף מיר פאלט
איך דערקען איהם באלד
דאס איז דאך ****, ער אליין
ביים זייט עטליכע מאשינען
דורכען IV רינען פארשידענע מעדיצינען
און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט
אוי...
נישט געדאגה'ט, ****
דער גאנצע זאך ווי א חלום זעהט באלד אויס
עס הייבט זיך אהן************ פון אלע צרות גייסטו שוין ארויס
שיכור מיט פרייד
געזונטערהייט
גייסטו שוין באלד אהיים
צוריק אין ישיבה גיין
לערנען פיין
אמן ואמן
אוי...
נישט געדאגה'ט, *****
ווייל דער חלום וועט שוין מער נישט זיין
עס הייבט זיך אהן*********
וואס נאר געזונט און גליק איז דארטען פארהאן
שיכור מיט פרייד
געזונטערהייט
גייסטו שוין באלד אהיים
צוריק אין ישיבה גיין
לערנען פיין
אמן ואמן
* * * * * * * * * * * * * * *
און א שיינעם חלום האב איך געזעהן
אין ישיבה בין איך געוועהן
די בחורים לערנען פלייסיג
אשר קדשנו במצותיו וצוני לעסוק
איך הער א קול תורה, ממש ערשט קלאסיג
לעבן מיר הער איך א קעלכ'ל א זיסע
איך קוק מיר אום, דארט זיצט א חברותא
און אט זעה איך א הערליכען בילד
איך גיי צו נענטער קוקען אהן קיין געדולד
א בחור לערנט גמרא
א קשיא א סברא
דאס איז דאך ****, ער אליין
מיטען האנט וואונקט ער צו מיר פריילעך
מיטען צווייטען האנט דרייט ער זיינע פאה'לעך
און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט
אוי...
נישט געדאגה'ט, *****
עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זייך
גוטע צייטען קומען*******
דו גייסט ארויס נאך שנעלער ווי אריין
שיכור מיט פרייד
געזונטערהייט
גייסטו שוין באלד אהיים
צוריק אין ישיבה גיין
לערנען פיין
אמן ואמן
אוי...
נישט געדאגה'ט, *****
עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זייך
גוטע צייטען קומען *********
דו גייסט ארויס נאך שנעלער ווי אריין
שיכור מיט פרייד
געזונטערהייט
גייסטו שוין באלד אהיים
צוריק אין ישיבה גיין
לערנען פיין
אמן ואמן
נ.ב. ברוך, דער האט שלומי נאך נישט געזעהן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 21:21 |
|
| |
a jew
לייוו איז איז נאך געווען אסאך שענער.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2008 23:04 |
|
| |
|
|
|
|
|