לכבוד זאליweaky:
ישר כח פארן אונז אלע מעורר זיין.
מיינע טייערע אידען:
ווילט איהר באמת טוהן א גיטע זאך נאך אזא טראגעדיע, דאן הערט אויף מיט מחלוקת! עס איז גלייך געקומען א "חכם" און געפרעגט ווער אהרן אדער זלמן לייב. דאס אליין צו שרייבן א נאמען פון א רב בישראל אזוי פראסט איז שוין א פראבלעם פאר זיך.
אויב איינער האלט נישט פון א רב אדער רבי, גייט אייך צו א צווייטן. It's high time אויפציהערן די מחלוקת "צווישן אונז"!
ביים דור המבול שטייט לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל, אפילו זיי האבן געטוהן די ערגסטע עבירות, די גזר דין איז געווען וועגען בין אדם לחבירו.
עס איז א פאקט! אויב ביסטו א קלויזענבורגער וועסטו טראגן מיט'ן עירוב, אפילו פון די גאר חשובע אינגעלייט אין די וועסט פשוט נישט פארשטיין וויאזוי דער סאטמארער וויל נישט טראגען, ער איז פשוט א אינו מודה בעירוב, א צדוקי ר"ל, וכדומה. אויב ביסטו א סאטמארער דאן קענסטו נישט פארשטיין בשום אופן וויאזוי האבען זיי די חוצפה צו טראגען, עס איז דאך נישט דא קיין עירוב, עס איז א גע'אסערטן עירוב וכדומה. סוף דבר: אדם נמשך אחרי מקומו וסביביו.
ביסטו געבוירן א חסיד, איז דיר שווער צו פארשטיין דעהם ליטוואק. די אלע זאכן מיינט נאך נישט אז יענער איז א שייגעץ. ווער זאגט דיך אז די ביסט גערעכט? יענער מיינט דאך פונקט פארקערט מיט שטארקע ראיות צו זיין צד.
הצד השוה שבהם, כל ישראל קדושים הם. הערט אויף מיט די מחלוקת! זיין דיין אייערע אידישע ברודער לכף זכות! נאר אויף אן אפיקורת אדער איינער וואס איז א מומר אין איז עובר עבירות בפרהסיא ברויך מען נישט דן זיין לכף זכות, אבער סתם אידען דארף מען דן זיין לכף זכות אפילו ווען עס איז שווער!
הערט אויף מיט די קינדער שטיק, מיין רבי איז גרעסער פון דיין רבי. ובזכות זה זאל השי"ת העלפן מיר זאלען שוין נישט וויסן פון קיין צרות, אלע אידישע קינדער זאלן אויפגעראכטן ווערן, אידישע קינדער זאלען האבן פרנסה ברווח, גרינגערהייט, מיר זאלן אלע האבן נחת פון די קינדער מיט געזונט עד ביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן!
 |
|
|