| נשלח ב-29/3/2005 18:24 |
|
| |
הבהרה הספרדית און עברית: איז דא א חילוק?
די שאלה איז מיר שוין לאנג שווער, מעגליך אז דא איז די ריכטיגע פלאץ דאס צו פרעגן:
איך הער אלץ ווי מען זאגט אז די תימנ'ע רעדן נישט קיין עברית, זיי רעדן "לשון הקודש" מיט זייער הבהרה. אזוי זאגט מען אויך אויף פארשידענע אנדערע ערליכע שיכטן פון כלל ישראל וו.צ.ב.ש. די ספרדישע וכדו'.
איך בין ב"ה תלי"ת נישט אזוי מוראדיג באהאווענט מיט עברית, פונדעטוועגן דוכט זיך מיר אז עס איז נישט פארהאן קיין שום חילוק.
איך הער דאס שוין יארן לאנג. און עס איז מיר זייער וואונדערליך צו דאס איז ווירקליך אמת. רעדן זיי טאקע נישט קיין עברית?, ווערט די ארגינעלע שפראך "לשון הקודש" נאך באניצט היינט?, און וויאזוי זאגן זיי די ווערטער וואס האבן נישט קיין ווארט אין לשה"ק, וו.צ.ב.ש. קאמפיוטטער וכו'?.
מעגליך אז די תשובה איז א פשוטע. אבער פרעגן מעג מען דאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2005 18:44 |
|
| |
דיין שאלה איז צו מען לייגט צו נייע ווערטער אין עברית?
אוודאי!!!
עס איז דא א אקאדעמיע לשונית וואס לייגט אלעמאל צו נייע ווערטער וואס פעלט אויס צום שפראך, אדער עס איז געווארען א שטארקער סלענג אין עס איז שגור בעיני הבריות.
די זעלבע זאך ווי ביי ענגליש און ביי אנדערע שפראכען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2005 18:50 |
|
| |
ספרדיש-תימניש-עברית
הכל אותו דבר, מיט א שינוי השם, די תימנע האבן צו געלייגט אראבישע ווערטע, אין די ארץ ישראלדיקע לייגן צו לאטיינישע ווערטער.
עס איז נישטא קיין שום חילוק.
יוסעלע
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2005 18:51 |
|
| |
ליכטיג, יישר כח פאר דיין תשובה, אבער בנוגע עברית האב איך דאס אויך געוואוסט, מיין שאלה איז נישט געווען דאס. מיין שאלה איז געווען וועלכע שפראך די תימנע רעדן (נאך זייער מוטער-שפראך אראביש).
תוקן על ידי - אהליצדיקים - 29/03/2005 18:57:06
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2005 19:20 |
|
| |
די תימנ'ע הברה אין לשה"ק איז אנדערש פון עברית
אבער די גווענליכע ספרד'ישע הברה, איז ממש די זעלבע, חוץ פונעם שם אד' וואס די ספרדים זאגען דעם נ' מיט א צירי, און אויף עברית איז דאס מיט א פתח (די מזרחי'סטן זאגן עס אזוי).
די אלע נייע ווערטער, נעמען זיי פון אלע שפראכען, און אפילו פון אידיש, למשל "פארגינען" זאגען זיי "לפרגן" "פרגנתי" "תפרגן" וכדו'.
דער ליובאוויטשער רבי מהריי"ץ זצ"ל שרייבט אין א בריוו, אז מ'דארף בעטען דעם אויברשטען אז זיי זאלען ווי מער ווערטער אריין לייגן פון פרעמדע שפראכען, כדי לשה"ק זאל ח"ו נישט נתחלל ווערען אויף דיבורי חול וטומאה ר"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2005 19:20 |
|
| |
אין איין ווארט: א ארץ ישראל'דיגער מיט א תימנער קענען זיך געהעריג דורכרעדן אז ביידע זאלן זיך געהעריג פארשטיין?. (איך פרעג פשוטע פאקטן וואס איך בין נישט באהאווענט).
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2005 19:29 |
|
| |
תימנער הברה האט אסאך ענדליכקייט צו אשכנזישער לשון קודש.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2005 20:08 |
|
| |
אהלי צדיקים
דאס וואס מען באקט אריין אין סאטמאר דאס די ספרדים און תימנים רעדען נישט קיין עברית נאר לשון הקודש אין זייער הברה, איז נישט ריכטיג. זיי רעדען עברית אזוי ווי אלע אנדערע!!!
תוקן על ידי - גרוינעם - 29/03/2005 20:15:39
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2005 21:42 |
|
| |
די ספארדישע הברה איז די גרינגסטע הברה, דערפאר האט מען קובע געווען די העברעישע שפראך לויט די ספארדישע הברה. די אשכנזישע הברה איז אסאך שווערער ווי די ספארדישע, און די תימן'ע הברה איז נאך שווערער.
די ספארדישע הברה האט ווייניגער תנועות ווי אשכנזיש און אשכנזיש ווייניגער ווי די תימן'ע.
די תימן'ע תנועות איז מער ענדליך צו אשכנזיש. למשל א תּי"ו און תי"ו האט די זעלבע הבדל ווי ביי די אשכנזים נאר זיי זאגען עס מער ריכטיג נישט S נאר TH.
דאס זעלבע איז לגבי קמץ וואס דאס איז נישט אזוי ווי פתח. זיי האבען נאך אותיות גרוניות, און עס איז א חילוק אויב די ניקוד איז אויף די אות אדער פארדעם ביי אותיות גרוניות למשל פותחַ איז נישט אזוי ווי פותאַח
בקיצור דאס דאווענען און ליינען די תורה ביי די תימן'ע איז היבש אנדערש ווי עברית.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2005 05:08 |
|
| |
ענדליך הער איך שוין עפעס, אבער מיין שאלה בעיקר איז ביים רעדן, ביים רעדן איז עס יא אייניג צו עברית, אדער אויך ביים רעדן האבן זיי אלע אנדערע הבהרות?.
און נאכאמאל מיין עיקר שאלה: ווען א תימנער, ארץ ישראל'דיגער, ספרדישע (אגב, ווייס איך נאכנישט ווער עס גייט אריין אין דעם גדר) שמועסן צוזאמען, רעדן זיי די זעלבע?.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2005 08:55 |
|
| |
די תימנ'ע און די ספרדים רעדען עברית, ביי די טאג טעגליכע זאכען, פונקט ווי אלע אנדערע
(אין זייערע לענדער "אינדעהיים" האבען זיי גרעדט אראביש, אבער "לאדינאו" וואס איז א פארדרייטע אראביש, פונקט ווי אידיש איז א פארדרייטע דייטש)
די תשובות וואס מ'האט גענטפערט ביז אהער זענען וועגן זייער לשה"ק וואס זיי ניצען ביים דאווענען
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2005 09:22 |
|
| |
אהלי, אויב זיי רעדען שנעל איז אביסעל שווער צו פארשטיין די ווערטער וואס האבען די אותיות 'ע' 'ר' 'ח' ווייל זיי נוצען דאס מיט זייער הברה.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2005 15:48 |
|
| |
א גרויסע יישר כח פאר אלע וואס האבן זיך מטריח געווען צו ענטפערן. בסך הכל נעם איך ארויס אז זיי רעדן געהעריג עברית, נאר אזויווי א אמעריקאנער זאל רעדן עברית וועט ער נישט זאגן די ר' מיטן ארץ ישראל'דיגן הבהרה (א ח' רפויה), אזוי אויך די תימנע (און ספרדישע?) וועלכע רעדן עברית האבן זיי זייערע אותיות וואס זיי זאגן מיט זייער הבהרה. אבער די לשון הקודש וואס זיי רעדן איז עברית!. (אויב איינער ווייסט אנדערש ביטע שרייבן).
אין אישי האב איך באקומען דאס פאלגענדע, ותחח"ל:
כורמיזא שרייבט איבער דעם חילק ביים ארויסזאגן א "תי"ו" אדער א "תּיו" - איך האב געהערט אז די וואס רעדן "נאר" עיברית (נישט די ערליכע), ליינען די תורה אן קיין "תי"ו", נאר אלעס מיט א "תּי"ו", און דאס איז א כפירה אין די מסורה וואס מיר האבן מקובל פון בארג סיני. דאס איז ווארשיינליך א גרויסער חילוק צווישן די תימנים און די וואס רעדן עיברית.
לגבי דיין שאלה צי ביי א געווענליכן געשפרעך צווישן תימן און עיברית דערקענט זיך א חילוק, ווייס איך נישט קיין ענטפער.
אין דיין ערשטן מעסעדזש ביים עפענען דעם אשכול פרעגסטו צי מ'רעדט נאך היינט דעם אריגינעלן "לשון הקודש"?
דער תירוץ אויף דעם איז גאר לאנג, און מ'קען פיל מאריך זיין. איך וועל שרייבן בקיצור נמרץ:
עי' חת"ס תו"מ פרשת שמות שכתב שכהיום אינם מדברים כלל לה"ק, ומתמה שם קשות ע"ז. אבל מברר שם באריכות, מתובל בקצת היסטורי', שמרוב קדושת הלשון נמנעים אנו מלדבר בו. וע"ע בהג' חת"ס על שו"ע או"ח סי' פ"ה שכ' על מג"א שכ' שם שאין לדבר בלשון הקודש דברים של חול ובמקום גילולין - שמשו"ה כהיום הנהיגו אבותינו שלא לדבר בלה"ק, עע"ש.
איך וועל דיר זאגן נאך עפעס, וואס דו האסט מסתמא נאכנישט געוואוסט, אז דער רמב"ן שרייבט אין פרשת ויגש אז לשון הקודש איז די שפראך פון ארץ כנען, און אויף אן אנדערן פלאץ מוטשעט זיך דער רמב"ן פארוואס מיר רופן די שפראך לשון הקודש.
אויך שטייט אז די גוים האבן גערעדט לשון הקודש בעפאר דור הפלגה (כמדומה ברש"י בראשית על תיבות "שפה אחת"), און וועגן דעם נאכדעם ווען עס איז געווען "כי שם בלל ד' שפת כל הארץ" זענען געבליבן אין די גוי'שע לשונות לה"ק'דיגע ווערטער (כ"כ במאור עינים נח).
 |
|
|
|
|
|