| נשלח ב-5/4/2005 17:17 |
|
| |
א שאלה צו באבוב'ער חסידים
אין די לעצטע טעג קערט זיך איבער ווער עס יא באבוב און ווער נישט, איינער האט דא ערגעץ געשריבן א ליסטע פון משפחות וואס האבן גארנישט קיין שייכות מיט באבוב, זיי זענען ביי די איידעמער, און מאידך איז ר' ב"צ יא באבוב,
מיר האט שטענדיג געקוועטשט איין גרויסע קשיא: דער ערשטער אין די באבוב'ער דינאסטיע איז דאך דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, פאר וועמענס פסק די אידישע וועלט האט געציטערט, און דער זעלבער באבוב'ער וואס היט שטרענג אפ אלע צאנזער מנהגים (געדרוקט דורך תלמידים, חיים רפאל, מוסדות, באבוב וכו' אשר לאו מר בר רב אשי חתים עלייהו ואכמ"ל), אפילו אז די עטרה זאל למען השם זיין פיר עקיג און נישט חס ושלום דריי עקיג (ווי די סאטמערע...),
אבער בנוגע די פסק הלכה פון הייליגן צאנזער רב איבער די שייטלען, וואס ער שרייבט אז נשתרבב מן האפיקורסים, און ער אסר'ט אפילו א שפיצל הדומה לגוון שער בשם הר"ן וריטב"א כתובות, עיין בפנים, און עפעס מיט דעם איז כמעט גאנץ באבוב געשלאגן, די שענסטע (ליידער) שייטלעך געפינען זיך אין באבוב'ער שטיבער,
וואס עס איז נוגע פאר יעצט, אז דער איינציגער וואס האט לעצטנס יא אנגעהויבן טון אין דעם ענין איז דער דיין ר' חיים יענקל, און לפי השמועה האט זיין ב"ב און טעכטער זיך אנגעטון א טיכל (אדער א שפיצל) און דער אמת איז, אז נישט אפהיטן מנהגים הייסט באבוב-צאנז, נאר אויספיהרן די פסקים פון צאנז הייסט צאנז,
פונקט ווי איינער וואס וועט עסן מאשין מצה וועט הייסן א אוכל חמץ, עכ"פ אין באבוב זיכער, צוליב דעם פסק פון דברי חיים, די זעלבע וואלט געדארפט הייסן איינער וועמענס בני בית גייט אין א שייטל הייסן אן עוברת על דת, ויוצאת מתחת בעלה, ווי דער צאנזער רב פסק'נט קלאר און דייטליך, ומה נשתנה?
הגה"ק מהרנ"ץ זצ"ל איז טאקע געווען פון די פרומע כמנהג צאנז, און לפי השמועה איז זיין רביצין טאקע געגאנגען בלויז מיט א טיכל כדעת צאנז, אבער עפעס לשון הרע'לעך האב איך געהערט מיט יארן צוריק אז די צווייטע רביצין האט געמאכט צרות וכו', כ'ווייס נישט, אפילו הגה"ק מהר"ש האט זיך געוואלט גט'ן צומארגנס פון די חתונה ווען ער האט געזעהן אז זי טוט אהן א שייטל, קען זיין אז די זענען שמועות פורחות, כ'האב עס קיינמאל נישט באשטעטיגט,
בקיצור, דער דיין ר' חיים יענקל איז לכאורה פון די איינציגע וואס זענען באמת צאנז, און לתפארת באבוב, נישט קאלירטע בעקישעס און אויסגעשפרייטע הענט מאכט באבוב שיין, נאר די תורה און הלכה, דאס מיינט נישט אז ר' בן ציון איז טאקע באבוב, אבער אז ר' חיים יענקל איז דארט מיינט עס עפעס, אפשר וועט ער פועל'ן ביים נייעם רב איבער דעם ענין, וועט זיין קידוש שם שמים,
ביי די איידעמער ווייס איך נישט דעם מצב, לכאורה דארף דער פרומערער עולם דארט זיין, על כל פנים אזוי פארקויפט די גאס, און וואס איז בנוגע דעם? טוען זיי עפעס אין דעם ענין? דער שווער איז דאך יא געווען א פרומער? וואס איז שייך פרום אויב ניטש פאלגן דעם צאנזער רב'ס פסקים?
סופו של דבר. ווער עס פיהרט זיך כדעת צאנז, דער איז צאנז, ווער נישט - נישט, דאס איז מיין דעה, האלט עמיצער אנדערש?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 17:30 |
|
| |
מלך בבל: דו שרייבסט "אז דער איינציגער וואס האט לעצטנס יא אנגעהויבן טון אין דעם ענין איז דער דיין ר' חיים יענקל, און לפי השמועה האט זיין ב"ב און טעכטער זיך אנגעטון א טיכל (אדער א שפיצל)"
ס'איז מיר שווער צו גלייבען!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 17:34 |
|
| |
צבי כ'האב דיר נישט געהייסן גלייבן כ'האב בלויז געפרעגט
וואס דער מה"מ האט געהאלטן אטבער טיכל און פארוק ווייס איך גאנץ גוט, איך בין אדורך דעם ביכל פון דובער וואלפא לקט שכחת הפאה פון דעקל ביז דעקל עס איז אומזיסט צו ענטפערן פאר א מחבר וואס שרייט אז א טויטער איז לעבעדיג ודו"ק
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 17:42 |
|
| |
מלך'ל
זעהט אויס אז די ווארט ליובאוויטש צו דערמאנען איז פאר דיר ווי א רויטע טיכל פאר אן אקס
איך האב בלויז געשריבען אז ס'איז מיר שוועק צו גלייבען אז די באבאווער טעכטער און אייניקלעך גייען מיט טיכלעך, און דו האסט אויך געזאגט אז ס'איז נאר מפי השמועה, האב איך מסופק געווען אין דיין שמועה, וזהו,
יעצט גיי עס טשאלענט אין גרינ'ס רעסטאראנט!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 17:47 |
|
| |
מלך'ל לויט'ן צאנזער רב איז א שפיצל פונקט אזוי אסור ווי א שייטל, עס איז נישטא קיין שום חילוק.
יוסעלע
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 17:48 |
|
| |
יוסעלע דאס האב איך געשריבן קוק איבער מיין הודעה ביטע
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 17:53 |
|
| |
כ'האב פארגעסן צו שרייבן איין פרט, אז ר' חיים יענקל האט געהאלטן א דרשה פאר קרוב צו טויזנט יונגעלייט אין גרויסן באבוב'ער בית המדרש מיט עטליכע יאהר צוריק, און ברייט גערעדט איבער דעם ענין פון שייטלען, און לפי השמועה האבן באותו פרק זיין בני בית און עטליכע אדער אלע טעכטער ארויסגעווארפן די שייטלעך
יעדער באבוב'ער וועט פון דעם וויסן
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 19:08 |
|
| |
וואס כ'האב געמיינט ארויס צו ברענגען איז אז צו טוישען צו שפיצעל פון א שייטעל איז קיין שום אויפטיא
מיינע ווערטער האב איך געשריבען לגבי די ווערטער (איינגערינגעלטע)
"וואס עס איז נוגע פאר יעצט, אז דער איינציגער וואס האט לעצטנס יא אנגעהויבן טון אין דעם ענין איז דער דיין ר' חיים יענקל, און לפי השמועה האט זיין ב"ב און טעכטער זיך אנגעטון א טיכל (אדער א שפיצל) און דער אמת איז, אז נישט אפהיטן מנהגים הייסט באבוב-צאנז, נאר אויספיהרן די פסקים פון צאנז הייסט צאנז"
דאס הייסט אז א סאטמארע מיט א שפיצל איז פונקט אזוי טרייף ווי א באבוב'ער מיט א שייטל, אין א שפיצל איז מותר איז א שייטל אויך , פאר די זעלבע עקרונות.
יוסעלע
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 19:20 |
|
| |
קיין שום אויפטוה
אתמהה!
אלזא, אויב קען מען נישט פועל'ן אז מען זאל גיין בלויז מיט א טיכל דארף מען גיין מיט לאנגע שייטלען, וואס חוץ איסור שייטל איז כרוך מיט נאך איסורים? ליבערשט זאל מען גיין מיט א שפיצל וואס האט נישט קיין טראפ האר, און פון א שפיצל ביז א טיכל איז שוין נישט אזא שפרינג ווי פון א פאוני שייטל צי א שפיצל
נישט אזוי יאסעלע טייערער?
כ'ווייס אז די באבוב'ער וועלן קיין שפיצל נישט אנטון ווייל דאס איז א סאטמארער לבוש... בכל אופן, אויב נישט טיכל - איז שייטל, א שיינעם פשט'ל,
און נאך שרייבן קיין שום אויפטו
הפלא ופלא!
ווען פופציג פראצענט באבוב וואלט געגאנגען שפיצלעך, וואלט צוואנציג דרייסיג געגאנגען טיכלעך
אבער אז מען גייט מיט לאנגע צופלויגענע שייטלען בדרך כלל, איז דא שפיצלעך וויפיל פינגערס פון איין האנט
חוץ פון דעם, א אומגעדריוועלט שפיצל איז אויסגעהאלטן דאכט זיך אפילו לויט צאנז, עס זעהט נישט אויס ווי האר, שפיצל מוז נישט מיינען געדריוועלט
על כל פנים דאס וואס דו רעדטס איז סתם שטותים, אויב איינער איז הונגעריג און האט נישט ליב פיש און עס וועט אים אנכאפן א בולמוס וועט ער ליבערשט שטארבן ווי עסן פיש? קודם טוט מען וואס מען קען, דאס איבעריגע וועט שוין דער אויבערשטער העלפן, אבער אז מען טוט גארנישט, וואס איז דער תירוץ?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 19:21 |
|
| |
tzvibp28 שרייבט:
יעצט גיי עס טשאלענט אין גרינ'ס רעסטאראנט!
האב איך נאר געוואלט פרעגן אויב איך מעג... האט ער אפשר רשות צו עסן די טשאלענט אין Gottleibs רעסטוראנט?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 19:27 |
|
| |
ער מעג עסען טשאלענט ביי Gotlieb אויב זיין ווייב גייט מיט א פארוק.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 19:35 |
|
| |
מלך בבל
נאך א גרייז פון א גדול.
ווי איז דער ריטב"א און ר"ן, וואס עגזעסטירט נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 19:40 |
|
| |
יעדער ווייסט פון דעם ר"ן און ריטב"א, עס איז נישט משנה דעם פסק פון צאנזער רב
שרייבן א גרייז פון א גדול שטאמט פון רשעות און מינות
זיי געזונט
תוקן על ידי - allnewspic - 06/04/2005 2:22:52
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 20:03 |
|
| |
ווי דען וואלט איך געדארפט שרייבען, דאס צאנצער רב זצ"ל האט געזעהן ברוח קדשו דאס אזוי האלטען דאר ריטב"א און ר"ן? תורה לא בשמים היא!!!
דאס צוברעכט נישט זיין גדלות!!
תוקן על ידי - allnewspic - 06/04/2005 2:23:42
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 20:06 |
|
| |
Is it not a fact that the Bobove Rebbe, Reb Shlomo ZT"L made the following statement
"VEN DER SANZER ZEIDE VOLT HAINT GELEBT, VOLT ER MATIR GEVEN A SHEITEL"
I heard from my great great aunt who was present in Montreal when the Bobover Rebetzin (Reb Shlomo's wife) came to visit her mother in Montreal for the first time after the Bobover Rebbe made the above statement. Her mother refused to talk to her because she was angry at the statement her son-in-law-had made

|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2005 20:17 |
|
| |
ר' איד, זיי אזוי גוט און שרייב קלאר,
צוערשט שרייבסטו אז עס איז נישט א פאקט,
נאכער שרייבסטו אז די שוויגער האט נישט געוואלט רעדן צום איידעם?
פארשטיי איך גוט?
איך האב שוין געהערט פון דעם "שטעיטמענט" ווי דו רופסט עס שוין צענדליגער יאהרן צוריק, כ'האב עס קיינמאל נישט באשטעטיגט, אין שלומה של מלכות נאהנט צו די פטירה איז געשטאנען אז מהר"ש זצ"ל האט גערופן עטליכע פון זיינע קינדער און אייניקלעך מען זאל זעהן צו מקיים זיין דעם זיידנ'ס פסק
אויב אזי דער סטעיטמענט אמת, ווי האט דער דיין געקענט רעדן אין בית המדרש פארקערט פונעם שווער?
און בכלל, ווער איז בכח משנה צו זיין א פסק פון צאנזער רב?
אי משום הא, זענען היינטיגע מאשין מצות כידוע פיהל מער מהודר ווי די האנט מצה, אבער דאס טוישט נישט דעם פסק!
|
|
|
|
|